לײענט א'ן קומענדיקן נומעף
||
צום 7-70טן געבורטסטאָג פון פּערעץ מארקיש -- װערק פון דעם דיכטער: אן אָקטיאבער-ליד, פראגמענטן פון דער ניט-פארעפנטלעכטער פּאָעמע דער פערציקיאַריקער מאַך.
א
דעם צווייטן טייל פון הערשל פּאַליאנקערס ראָמאן ,דער בעקער פון קאַלאַמײע*.
2 :
די לעצטע קאפּיטלען פון אװוראָם קאהאנס היסטאָרישן ראָמאן ;פארברעכן און געוויסן".
וו
א לידער-ציקל פון דעם ייִסראָעלדיקן דיכטער פּייסעך בינעצקי.
א
גנאַטיצן פון אן אױיספּרוּוו-פליער" פונעם העלד פון סאָוועטג- פארבאנד מארק גאלײַ.
א
רײַזע-פארצייכענונגען פון ארן ווערגעליס,
שטייט |וזיימלאנד
ליטעראריש-קינסטלערישעף כוידעש-זשורנאר
מ
אַרגאן פון שרײַבערפארבאנד פון פססר ר פינפטער יאָרגאנג
"
פארלאג ,סאַװעטסקי פיסאטעלי
מאָסקװע
אַקטיאבער
א
| צ א" אטא ה 0
אצאאא
א א
169
נוינהאלט
פון דער הײַנטצײַטיקער רוסישער סאָוועטישער דיכטונג
ס ערגײ נאראַָװטשטאטאָװ. ראסיע . יעװגעני יעװטושענקאָ. דער ליכט:דיספעטשער . אלעקסאנדצר מ עזשיראָװ. דערמאָנונג װעגן דער פּעכאָטע
באָריס ס לוצקי א כאָלעם .
אװראַם קאהאן פארברעכן און געװיסן (היסטאָרישער ראָמאן. פאָרזעצונג) . ,א
איציק פעפצר. דרײַ לידער
כאיִם וילבערמאן דער טײַטש פון זעלבסטװירדע .
מוישצע טײף. לדער און באלאדעס . רעה
מצנדל ליפ שיץ. 6און װען איך גײ פון דעם, װאָס איז גע- װעזן.." -- גאכט און פופציק בין איך שוין אלט.." ?ערשטן טראָט, ס'ערשטע װאָרט, ערשטע שײַן..." -- , אין מײַן פאמיליע זײַנען אלע שרײַבער.." (לידער) .
זענאַן קאָסידאָװ סקי. ביבלישע לעגענדעס 6 מײצער כאראץ. גײ איך ארויס אפן גאנעקל. -- זאָל זײַן גי בענטשט. --- אופגעוועקטע װעלט. ---,מײַן יונגער, מײַן אלטער, לאנגאַניקער טרוים...". -- דער טרויער שארט זיך. -- אַן א
נאָמען. -- מאַשלארטיק (לידער) + + + + + 4 .2 , יויסעף א לביר ט. צװײי מעשאָלים (לידער) . : נײַע שטימען יאשע רוביאן שיכעלעך. -- דער פּראָפּעסאָר
און זײַן מאמע. -- דעם קארגנס צאװאָע ר נאָסן
ר אָ ם. געטאָדמאָטיװון (ליד). מוישעידאָװיד כ איצט. גע-
ראטעװועט. (דערציילונג). בראַניע סינע לניקאָװא. דער
פרילינג גײט (ליד). אװ ראָם שכטמאן. עפעלעך און בארעלעך (ליד). יעפים קאַלטעניוק. א נײַער טאָג
(ליד). הערשל באראז. דרײַ נאָװעלעטן . : אויסלענדישע פּובליציסטן בא אונדז צוגאסט. דאָ װיד
דיַאמאנט. אין די רײען פון דער װידערשטאנד-באװעגונג
שת סאי רטר 0 0 6'ס ס ט ס 5 ט 5 פיט
טריבונע פון לעבן
יאנקעת פײגיןן. פרײַנט באגעגענען זיך װידער + *+ + + .
ליטעראטור און קונסט
ייַסראָעל סערעבריאני. דער גוטער נאָמען (גרונט-שטריכן פק תאש 32) ס 9 0 6 0 ס טס 2 2 8 0 2 2 2
כ. לויצ קער, מ. מײַדאנסקי. דער שפראכפאָרשער עליצ ספיוואק (צו זײַן 75:טן געבורטסטאָג). . + + . + . . .
מיינונגען, געדאנקען,. באמערקונגען.. מוישע נאָטאַ- װיטש. באמערקונגען װעגן אונדזער קריטיק. יעשוצ לי באָמכירסקי. באמערקונגען װעגן דראמאטורגיע
ארן ראסקין. צװײ אנטאָלאָגיעס. (רעצענזיע) + . . .
פון דער שעפערישער לאבאָראטאָריע. מוישע אלטמאן א באגריף פון גרויס אכרײַעס. הירש ב לאָ שטײן. פון באַגינפן בלן אֶתנט י + א תע 6 0 א 0 4 א 2 0 00 .
בלעטערנדיק זשורנאלן און צײַטונגען + + + + + + א א .2
כראָניק 3 116, 138,
גאָטיצן אפן קאלענדאר * * * * * * * * + + + א א 66
ה 06 טס 6706 טס -סח/ם. םס "6 ס 6 0
זײַט
101
102
117
136
139 הויפּט-רעדאקטאַר
א. ווערגעליס.
רעדקאָלעגיע: ה. אַשעראַװיטש, אי. באַ- רוכאַװיטש, א. גאַנטאר, מ. טייף, נאַטע לוריע, מ. לעוו (פאראנטװואָרטלעכער סעקרעטאר), ף מיקעת ץ פא קטאן דו וו ש: פרב, 2 האוטטן, ר ורוובון;
145
פון דער הײַנטצײַטיקעד
דוסישער פאָוועטישער דיכטונג
ס ער ג יי
נאראַװטשאטאַװ
האחס"ע
איך בין פארליבט אין דיר, ראסייע! עס האָט פארקישעפט מיך דײַן ערד, אף קוליקאָװוער פעלד, אין שנייען, דער סוינע קניט אונטער דײַן שווערד.
איך בין פארליבט אין דיר, ראסייע! עס קלאפּט אין ברוסט בא מיר דער טראָט פון דײַנע דרייסטע זין, װאָס גייען
מיט קעפ געהויבענע צום עשאפאָט.
נאָר ס'קלינגט דײַן ליד דורך ציין פארפּרעסטע און א באפליגלטע זי זאָגט שוין אָך
אף באריקאדן פון דער רויטער פּרעסניע
עס פלאטערט זיגעריש דײַן פאָן.
יאָ, אלץ געדענק איך! איך --- דײַן זון און דיכטער, דו ביסט, ראסייע, מײַן פרימאָרגנדיקע שײַן,
נאָר זאָג, פארװאָס דײַן רומפולע געשיכטע
איז דורכגעוועבט מיט וויי און פּײַן?
וויַל ביסט געווען, וי יענער אָדלער,
פארשפּארט -- א מעכטיקע --- אין שטייג פון נויט, דײַן הײיליק בלוט אין די געזונטע אָדערן
האָט וויפל מאָל באזיגט דעם טויט.
און ענדלעך האָט א פלייץ געטאָן דײַן צאָרן
אף די, װאָס האָבן דיך געפּײַניקט און געיאָגט,
ווען ס'האָט דער קנאל פון דער ,אװוראָרט"
דעם אָנקום פון באגינען אָנגעזאָגט.
דײַן ליד פאר דוירעס בלײַבט דאָס לעבעדיקע ברויט, און דײַן געדולד --- דער זיג איבערן טויט.
האָסט דײַנע סאָנים אף די קני געשטעלט,
קעדיי צו שטעלן אף די פיס א האלבע וועלט.
ייִדיש -- מ. ט ײף.
יעװוגעני יעװוטושענקאַ
דער ליכט-דיספּעטשעף
איך, דער ליכט-דיספעטשער איזי קראמער, בא דעם פּולט, וי א סאָלדאט, איך שטיי.
: טאָק איך גיב די הייזער און די קראנען,
און קינאָ- קאָמעדיעס איך דריי.
אין די שטילע געסעלעך, אין סקווערן, פּאָרלעך בלאָנקען, וי פון שטענדיק אָן... עפשער צופיל שײַנען די לאמטערנס? קאָן איך מאכן טונקעלער, איך קאָן.
אוי, פארליבטע פּאָרלעך, איר געפעלט מיר! שווער איז אָפּצוזוכן זיך א פאָר.
פערציק יאָר --- דאָס איז נאָך ניט די עלטער, אָבער ס'איז ניט װינציק -- פערציק יאָר.
נאָר איך װעל מײַן גוירל ניט באוויינען, ס'טרעפט, עס נייגט דער קאָפּ זיך אף אראָפּ... אינעם מויל --- ארײַנגעשטעלטע ציינער,
און אינגאנצן גרוי איז שוין מײַן קאָפּ.
די טורבינעס דרייען זיך און דרייען,
דאָ, אין בראטסק, איך האָב א שטיקל שעם. ערגעץ טיף אין מיר עס לעבן צווייען,
נאָר עס ווייסט ניט קיינער וועגן דעם.
איך בין דאָ און, װי איר זעט מיך, דאָרטן, דאָרט -- א קאָרבן, דאָ -- א גאנצער העלד. ריגער געטאָ, שטעכעדיקע דראָטן
האָבן מיך צעריסן אף דער העלפט.
ביידע איזיס אין איין הויט פארבאָרגן -- איינער פריי, דער צווייטער איז געשמידט. איינעם שרײַט מען: ,כאווער, א גוט-מאָרגן!" און דעם צווייטן: ,היי, פארשיווער זשיד!"
איינעם אויסגעפאלן איז דער קאָװעד, --
ס'ווערט עלעקטרע-שיײין דורך אים פארשפּרייט.
בא דעם צווייטן איז א מאָגן- דאָװיד
צו זײַן גרויען ארבל צוגענייט.
אָבער אין די פרילינג-נעכט די שפּעטע שיט זיך װײַסער צוויט אף זײַנע האָר. אכצן יאָר --- אפילע אין דער געטאָ זײַנען זי ניט מער וי אכצןו יאָר,
4
שרײײַט ארויס דאָס לײַב דורך אלטע שמאטעס און כאפּט אוף פון וועסנע יעדן קלאנג. ווי דאָס דאוונען פון די אלטע טאטעס, זײַנען ריווקעס האָר פארנעפלט-לאנג.
א פארשמאכטע שעפּטשעט זי א טפילע, נאָר די טפילע אף די ליפּן צאנקט.
און איך ווייס אליין גאָר ניט אפילע,
וי צו מיר איר אָטעם-צוג דערלאנגט...
אונדז אין א באראק מע האָט פארופן, -- א קאָנצערט װעט הײַנט אין געטאָ זײַן. אויסגעצערטע, הויקערדיקע גופן, שענערע מע לייגט אין גרוב ארײַן.
שאָטנס נעמען דעם באראק פארפילן, ריר זיי אָן --- גלײַך װוערן זיי צעשטויבט... ליודוויג וואן בעטהאָװוענען צו שפּילן, װײַל ער איז א דײַטש, האָט מען דערלויבט.
מוזיקאנטן האָבן זיך געפונען. פידעלע, אוי פידעלע, ניט וויין...
אן אנטבלויזטער נערוו איז יעדע סטרונע, ס'קאָן פון דעם צעוויינען זיך א שטיין.
ס'קלאפּט דער פויק און וויל די שרעק פארטויבן, פון דער טרויב איז איימעדיק דאָס קאָל, ס'דוכט זיך, אז עס יאָמערן די טרויבן
פון די אויוונס, װוּ מע ברענט מײַן פאָלק...
אלץ צוזאמען זינגט שוין ניט, עס שרײַט שויף יעדע האנט פארבײַלט זיך אין א פויסט. און דער דײַטש בעטהאָווען קעגן דײַטשן, וי א גיבער, גייט ארויס פאָרויס...
מיטן נאָמען פונעם גרויסן גאָען האָבן זיי אהערצו אונדז פארנארט,,, פלוצעם אין א שיקערן שיגאָען טוען די עסעסאָווצעס א שפּאר.
א מעהומע ווערט און א געפּלאָנטער, אײינציקװײַז מע שלעפּט אונדז צו דער טיר. אָפּגעריסן מיך פון מײַנע נאָיעצטע,
אָפּגעריסן ריוועלען פון מיר...
.ס'וויל קיין פרילינג-ווינטל דאָ ניט שועבן, פויגלען זינגען דאָ ניט זייער ליד, מײַז אפילע ווילן דאָ ניט לעבן, אונהז צום אָרט מע האָט דאָ
דורך די נעכט צום אייבערשטן איך טײַנע אף דער נארע -- שמוציק, הארט און שמאָל: -- גאָט, באפריי מײַן ריוועלען פון פּײַנען, מאך, אז זי זאָל שטארבן מיטאמאָל! --
גראָבנדיק באם פרויען-לאגער ריוון, האָב איך איינמאָל ריוועלען באמערקט,
שיר זיך ניט צעשריגן ריווע, ריוע! -- כ'האָב דערפילט -- א קנויל אין האלהז מיך
ווערגט.
צו דער ערד דעם קאָפּ אראָפּגעבויגן,
שוואך און אומבאהאָלפן, װוי א קינד, איז זי מיר געקומען פאר די אויגן, זי א טונקל רויכל אין א ווינט...
כ'האָב געמיינט, אז ס'וועט מײַן הארץ באלד פּלאצן, --
ניט געגלייבט, אז דאָס איז אף דער װאָר:
אין די ברייטע דײַטשישע מאטראצן
שטאָפּט זי ייִדישע געקרויזטע האָר.
א קאפּאָ איז פּלוצעם אָנגעקומען, שװײַגנדיק א װײַלע נאָכגעשפּירט.
נײַע שטיוועלעך האָט זי באקומען,
נאָר זי זיײַנען ענג א ביסל איר.
אָט באװוײַזט זי אירע שווערע פויסטן,
עפנט אוף איר עקלהאפטן פּיסק,
און זי צווינגט, אז ריוועלע זאָל אױסטאָן איר די שטיוול פון די גראָבע פיס.
;האָסט דעם קאנטשיק מײַנעם ניט פארזוכט נאָך? ניט צערייס דעם זאָק! -- זי טוט א ברום. -- נעם צעטראָג זיי, ייִדישקע פארפלוכטע,
טו די שטיוול אָן און לויף ארום!" --
ריווקע שלאָגט ארויס זיך פון די קויכעס, -- לויפט און לויפט און טוט א פאל אף דר'ערד. דײַטשן פון די וואך-טורעמס די הויכע
קוקן צו און הירזשען, װוי די פערד.
-- גאָט מײַן גאָט: -- א וויסטער גרויל
באפאלט מיך. -- ראטעווע מײַן ריווקען מיט א קויל... כ'וויל צו איר זיך לאָזן, מע פארהאלט מיך, ס'האָט פארשטאָפּט א כאווער מיר דאָס מויל,
און זי מאכט א קרייז, און צען, און הונדערט...
לויפט, און לויפט, און פאלט, און שפּײַט מיט בלוט.
-- גאָט, אויב דו ביסט דאָ, באװײַז א װוּנדער,
מאך, אז זי זאָל שטארבן די מינוט!
לאָז זי אף דער ערד אן אויסגעשטרעקטע,
זאָל זי זיך ניט אופהייבן צוריק... --
ס'ברענט די זון -- א לאגערנער פּראָזשעקטאָר,
פול מיט גרויל און וואנזין אין איר בליק...
ס'טוט א לעצטן פאל איר גוף איר דארער,
ס'ליגט דעם מיידלס גרויער קאָפּ אין קויט. -- סאָפקאָלסאָף האָסטו זיך, גאָט,
דערבארעמט, --
ריווקע פילט מער גאָרניט -- זי איז טויט... --
איך, דער ליכט-דיספעטשער איזי קראמער, קוק אף אײײַך מיט פײַערן פון ;געס". כ'רויש אין צעכן מיט עלעקטרע-האמערס, מיט עלעקטרע-צוגן װעגן כ'מעסט.
פּאָרלעך האָבן ליב קאָנצערטן הערן. אף בעטהאָווענס א קאָנצערט איז פול. נו, און איך? איך קלייב זיך אײַך ניט כ'זעץ זיך אף א צוגעשטעלטן שטול.
שטערן,
אָבער ניין -- ניט איך זעץ צו זיך דאָרטן, און ניט דאָס איז וויכטיק, װי איך קלער... אף פּיופּיטערס איך באלויכט די נאָטן,
דאָ אין טייגע;שלינגענדיק א טרער.
יעדן מאָל, ווען אויסקומען עס װעט אײַך צאָלן פאר עלעקטרע-שײַן, איר זאָלט
זיך דערמאָנען יענע פּרײַז, איך בעט אײַך, װאָס ס'האָט קראמער פאר דער שײַן באצאָלט.
שיק איך ליכט אף װײַטע קילאָמעטערס, יעדער טראָט זאָל באָדן זיך אין שײַןױ
סזאָל קיין שטעכעדיקער דראָט פון געטאָס און קיין געלע לאטעס מער ניט זײַף!
ייִדן-סינע זאָל פארשוווּנדן ווערן, פעלקער-פריינטשאפט-- זאָל זי זײַן געבענטשט! זאָל מען מער דעם נאָמען ,זשיד" ניט הערן, װאָס דערנידעריקט דעם נאָמען ;מענטש".
איזי קראמערס נײַע וועלט -- אָט איז זי, -- בראטסק איז אייגן אים מיט יעדן שרויף. נו, און ערגעץ וויינט און וויינט אלץ איזי, און זײַן ריווקע לויפט נאָך אלץ און לויפט...
יִדיש--ראָכל בוימװאַל, זיאמע טעלעסיף
אלעקסאנדער מעזשיראַװ
דערימאַנוו!, ווענן דער פּעכאַטע
די קוילן -- זי קערן ניט אום זיך צוריק, זיי קלאפּן, קלאפּן פארדומפן, דאָס פײַער פון קוילנווארפער שנײַדט דאָס גראָז, װוּ עס ליגט די געפאר. איך שלאָף, און צוקאָפּנס בא מיר ליגן די סיניאווינער זומפּן, די פיס מײַנע שפּארן זיך אָן
אין דער לאדאָגע און אין דער ניעווא.
איך הייב אוף די וויִעס. איך ליג אין א טאָג אין א הייסן.
איך בין מיד און פארשלאָפן.
איך טרינק פון א שײַטער ליכט. און ווען איך קערעווע זיך אויס
פון דער רעכטער זײַט אף דער פּלײיצע, נעמען סיניאווינער זומפּן כליפּען אונטער מיר.
כ'שטיי אוף, און ווען איך מאך דעם ערשטן טראָט אין אטאקע, פארשווינדט דער פארבאָט אף ווינט, פארשווינדט אף שלאכט דער פארבאָט,
עס קאטשעט זיך אָפּ דער פראָנט, די מילכאָמע דערגרייכט דעם רייכסטאג אויך,
ווען איך מאך מײַן צווייטן טראָט. און װײַסע פאָנען הענגען ארויס פיינטלעכע גארניזאָנען. זיי לייגן צונויף דאָס געווער און אין א זײַט גייען אָפּ. און אף מײַנע אקסל, אף די גרינע מילכאָמע-פּאָגאָנעס קאפּעט אין מײַ א רעגן, און כישטעל אים אונטער דעם קאָפּ.
אלץ װײַטער און װײַטער איך גיי. פון די אופרײַסן קראכן פעלדזן,
און איך שפּאן אריבער א יאם,
א וואסערפאל שטעל איך אָפּ. דעם שוים פון פּלזענער ביר
בלאָז איך אראָפּ אין פּלזען, בא די בראנדענבורגער טויערן
דאָס אש פון ציגײַער איך טרייסל אראָפּ.
דער פרילינג ווערט שטארקער און שטארקער. דאָס אײַז אף דער וועלט נעמט זיך רירן. און איך -- אף די וועגן א שטויב הייב איך אוף, און איך גיי, און איך מאָן: איך פאָדער, דער קעגנער זאָל פולשטענדיק קאפּיטולירן, צו די פיס פונעם מאָסקװער קרעמל זײַנע פענער א שלײַדער כ'זאָל טאָן.
ווען אין האלב-נאכט דרעמל איך אײַן, נעמט עפּעס כליופּען פארדומפּן, כ'לאָז אראָפּ די שווערע װויִעס און איך זע א כאָלעם אזא: איך שלאָף, און צוקאָפּנס בא מיר ליגן די סיניאווינער זומפּן, די פיס מײַנע שפּארן זיך אָן אין דער לאדאָגע און אין דער ניעווא.
אדוש - א 20
באריס סלוצקי
א כאָלעם
א שפּראָץ אף טאָג, =
און ס'שפּריצט א רעגן. 2 איך ליג אפן װאָקזאל זיך שטיל. איך בין נאָך יונג, און בין א געלער, און גוט איז מיר צו ליגן אפן דיל.
איך בין ניט גראָוו, כ'האָב גאָרנישט ניט פארלאָרן, אין רייען פון די פרײַנט איך שליס זיך אײַן. זיי זײַנען שיטערער דאָ ניט געװאָרן -- ניט פון זיגן, ניט פון פּײַן.
כ'ווער אנשלאָפן, כאלוימעס זיך פלעכטן -- מיט זאמד מיך פארשיט און פארשיט דער כאָלעם, װאָס ציט זיך פון נעכטן און צעריסן ער איז אין דער מיט.
אָט-אָ זע איך: איך שטיי אין קאפּטיאָרקעג, אינעם פײיַער פון קוילן-געשיט. גימנאסטיאָרקעס?, יאָ, גימנאסטיאָרקעס! מע גיט אונדז ארויס, יאָ, מע גיט!
אין נײַנצעטן יאָר כ'בין געבוירן,
צוויי און צוואנציק אָט באלד װועט מיר זײַן פאר מײַן גוירל איך שטיי ניט פארלוירן, עס לויכט, זוי פון שטערן, די שײַן.
כ'גיי ארויס, מיר איז צוויי און צוואנציק, כ'בין ניט שיין, נאָר דאָס בלוט מײַנס זידט. כ'גיי אין שלאכט, אינעם לעצטן געראנגל, וי פאָרויסגעזאָגט ס'איז אין דער ליד.
לענינס דענקמאָל איך זע אינעם כאָלעם, ער שטייט באם װאָקזאל אינדערשטיל. ער דערלאנגט מיר די האנט, זאָגט מיר: שאָלעם, און זײַן ווארעמקײיַט איך דערפיל. ייִדיש -- א. ג אָנטאר.
=
ג אין דער ארמיי: דאָס אָרט, װוּ עס געפינט זיך קליידונג פאר די מיליטער-לײַט. 2 א מיליטעריש אויבערהעמד.
אווראָם קאהאון
פארברעכן און געוויס
היסטאָרישער ראַמאן
באם אויספאַרשער
װוינט מיט א רעגן האָט געשמיסן אין די פענצטער. צי האָט זיך איר אויסגע- ;| דוכט, צי האָט טאקע געפלאצט א שב און צעשאָטן א קריצנדיקן קלונג ;| איבער דער שטוב, נאָר קיינער האָט זיך ניט אופגעכאפּט. װי שטענדיק, 4 .506 שש שלאָפּט דער מאן אף דער פלייצע מיט אן אָפן מוי?ל, כאָטש נעם און גיס אין אים ארײַן אן עמער וואסער. זײַן נימעס כראָפּען גיסט זיך צונויף מיט זשעניעס אומרויקן קרעכצן פונעם שלאָף. ווערע טשעבעריאק פילט, אז אנשלאָפן ווערן װעט זי שוין ניט קאָנען. זי איז גרייט זיך אופהייבן, ארויס פון דער שטוב און זיך לאָזן צום פראנצויז. װאָס װויל ער ווידער פון איר? װאָס רופט ער זי? נאָר צוגיין װעט מען מוזן. עס פעלט איר נאָך, ער זאָל איצט אופ- הייבן א סקאנדאל.
עס טאָגט. דורך די לאָדן-שפארונעס שלײַכט זיך ארײַן די טאָג-שײַן און צעלייגט זיך אף די טונקעלע ווענט. די ווילדע שאָטנס מאטערן זי. אָט זעט זי א פאריסענע האנט, א פארנייגטן קאָפּ, א שטיק אָפּגעריסענע באָרד, און... װאָס איז מיט איר? זי איז דאָך שטענדיק אזא פעסטע, א מוטיקע, ניט קיין נערוועזע. ניט איין מאָל האָט איר געזאָגט דער ברודער אירער פעטיע סינגאיעווסקי: ,דער איקער, װוערקע, מאך זיך ניט וויסנדיק. מע פרעגט דיך -- האָסטו ניט געזען און ניט געהערט. ,נא ניעט סודא ניעט"ג. איר בראטאָק מיטן כיטרע צונעמעניש פּליס ווייסט גוט,. װאָס ער זאָגט. די נערוון וועלן שטענדיק זי ארויספירן פון אלע געפארן.
אָבער מע דארף זיך אָנטאָן. זי ווארפט אף זיך ארוף א כאלאט, שטעלט זיך ניט וילנדיק אָפּ לעבן זשעניעס געלעגער -- דאָס ייִנגל ליגט מיטן פּאָנעם אראָפּ און אָטעמט שװער. זי קערעװועט אים אויס פאָרזיכטיק, לייגט אים אװועק אף דער רעכטער זײַט. ער נעמט אָטעמען לײַכטער, רעגלמעסיקער. זי דעקט אים אײַן מיט דער קאָלדרע. זי וויל ניט, דאָס ייִנגל זאָל זיך אופכאפן. די צוויי מיידלעך שלאָפן אויך אין צווייטן צימער א קעפּל צו א קעפּל, װי שעפעלעך. זי כאפט א קוק אפן שלאָפנדיקן מאן. פונעם אָפענעם מויל און פון די צעשפּרײטע נאָזלעכער רײַסן זיך ארויס קלאנגען וי פון א בלאָזזאק.
ווערע טשעבעריאק סטארעט זיך ניט קוקן אפן שלאָפּנדיקן מאן. זי טוט פון פארדראָס זיך א קערעווע אויס צו זײַן געלעגער און שפּײַט אויס הילכיק און ביטלדיק: ,טפו זאָלסטו װערן, שיקער!"
זי ווארפט אפגיך אראָפּ פון זיך דעם כאלאט, גייט צו צום וואסער-קראן אין קיך, פרישט זיך אָפּ מיט קאלטער וואסער, און דערפון װערן די רונדע הענט אירע באדעקט מיט דריבנע גענדזענע פּופּקעלעך. ערע נעמט אָן אין מויל וואסער און שװענקט לאנג דעם האלדז. דערנאָך טוט זי אָן דאָס קליידל, דאָס קאָפּטל, פארשנורעוועט די שטיוועלעך אף די הויכע אָפּצאסן, כאפּט אף זיך ארוף דעם מאנטל, א שאלכל אפן קאָפּ און, ניט פארשפּיליעטערהייט, לאָזט זי זיך אין דרויסן ארויס,
דער פרימאָרגן באגעגנט וװוערען מיט װינט און מיט רעגן. ערשט איצט דערפילט זי זיך מונטער. זי ציט ארוף די הענטשקעלעך, און די הענט דערפילן זיך וי אין א ווייכער הויט. דער- פון ווערט איר געמיטלעכער, לינדער.
ריר
פאַרזעצונג. אָנהײב זע ,סאָװעטיש היימלאנד", נומ. 9, פארן 1965 יאָר. 1 פאר ,ניין" קאָן מען ניט מישפּעטן,
ווערע טשעבעריאק שפּאנט מיטן באקאנטן וועג און באשליסט בא זיך אײנמאָל פאר אלע- מאָל פארענדיקן מיט דעם פראנצויז... און זאָלן זי מער ניט מאטערן די װײַט ניט אָנגענעמע זיכרוינעס...
דער רעגן בייגט די ליפע, װאָס שטייט א צעוייקטע און איינזאמע לעם פראנצויזס שטוב. ארום איז פּוסט. בא דער טיר פארהאלט זי זיך.
א פארסאָפּעטער איז אומגעריכט אָנגעלאָפן איר ייִנגל אין צעכראסטעטן העמדל, אף ועלכן ס'איז נאכליעש געווען ארופגעװאָרפן אן אלטער צעטריפּעטער מאלבעש.
-- מאמע, מאמע! -- האָט ער געשריִען נאָך פונדערווייטנס.
--- װאָס איז, װאָס איז געשען?
-- מאמע, ס'איז ווידער געקומען ... אָט יענער.
-- ווער?
--- פון פּאָליציע.
בא ווערען הייבט אָן האסטיק קלאפן דאָס הארץ. זי קערעװועט אויס דעם זון אף צוריק.
-- לויף אהיים און זאָג, אז דו האָסט מיך ניט געפונען.
דאָס ייִנגל בליַיבט שטיין אָפּהענטיק און רירט זיך ניט פונעם אָרט.
-- װאָס זשע גייסטו ניט?
-- כ'האָב מוירע, מאמע, כ'האָב מוירע. יענער האָט געזאָגט, ער װעט נעמען מיך און דעם טאטן...
-- גיי גיכער, זאָג איך דיר, אניט... --- זי הייבט אוף די האנט איבער זײַן קאָפּ.
נאָר דאָס ייִנגל גייט ניט. ער לייגט זיך אנידער אף דער נאסער ערד און שרײַט:
-- מאמע, כ'האָב מוירע. אנדריושקע האָט מיך באנאכט געװאָרגן... מאמע, כ'האָב מוירע!
--- שווייג, אניט...
-- מאמע, קום אהיים. דער טאטע האָט געהייסן דיר זאָגן...
--- שווייג!
-- כ'האָב מוירע, מאמע, כ'וועל ניט דערציילן, איך שװער דיר! -- און ער נעמט זיך ציילעמען.
ווערע באשליסט גיין אהיים. מיט זשעניען װעט זי דערנאָך ווייניט-איז דורכקומען. און פון דער פּאָליצײי װעט זי זיך אויסדרייען, ניט דאָס ערשטע מאָל.. דאָס האָט עמעצער פון די ייָדן ווידער אונטערגעקויפט די שפּיקעס, איז מען געפאלן אף א שפּור...
ווערע טשעבעריאק נעמט אָן זשעניען בא דער האנט. נישקאָשע, קלערט זי, גאָלוביאָוו מיט זײַנע כעוורע װועלן זי ניט פארלאָזן. אָ, זי ווייסט גוט, װאָס זי האָט צו טאָן.
אָט איז זי אין שטוב, דער מאן איז שוין אופגעשטאנען, ביידע מיידעלעך -- ליודמילע און וואליע -- שטייען האלבינאקעטע לעם טאטן און הערן ניט אוף צו קוקן אפן פּאָדפּאָלקאָװניק פון דער זשאנדארמעריע קוליאבקאָ, װאָס זיצט צעלייגט אף א בענקל און שרײַבט עפּעס ארײַן אין א פּאפּיר. לעם אים פון ביידע זײַטן --- נאָך צוויי זשאנדארמען.
-- װאָס איז געשען, הער פּאָלקאָװניק?! -- שרײַט אויס טשעבעריאק דערשראָקן. -- װאָס שרײַבט איר דאָרט? מיַנע קינדער ווייסן גאָרנישט.
-- בארויִקט זיך, מאדאם טשעבעריאקאָווא. ערשטנס, בין איך א פּאָדפּאָלקאָװניק...
טשעבעריאטשקע טוט שעלמיש א שמייכל. זי האָט דאָס גאנץ גוט געװוּסט.
--- און צווייטנס, מאדאם טשעבעריאקאָווא, רעד איך ניט מיט אײַערע קינדער. אײַער מאן האָב איך געפרעגט, װוּ איר זײַט.
-- מײַן מאן ווייסט גאָרנישט און פארשטייט גאָרנישט... --- זי טוט א קוק אפן מאן ביטלדיק, און גלײַך מאכט זי א ראכמאָנעס-פּאָנעם: --- ער איז, נעבעך, קראנק, א גאנצע נאכט געקרעכצט.
-- װוּ זײַט איר געווען? -- שלאָגט איבער קוליאבקאָ.
-- בא א שכיינע.
-- איר װעט גיין מיט אונדז.
דערזען, אז די מאמע זוכט א מאלבעש אף איבערצוטאָן זיך, האָבן ביידע מיידעלעך אופגע- הויבן א ביטער געוויין, אָנגעטשעפּעט זיך אין דער מוטער און ניט געלאָזט זי גיין.
-- אנו, טרעט נאָר אָפּי -- טוט א הוקע אף די קינדער דער זשאנדארם. --- ס'איז, דוכט זיך, אײַך, טײַבעלעך, ניט צום ערשטן מאָל.
די קינדער הייבן אוף נאָך א שטארקערן געשריי. טוט דער זשאנדארם א װוּנק צום פאָטער, גלײַך ער זאָל האָבן מיט אים פריִער וועגן עפּעס אָפּגערעדט. וואסילי טשעבעריאק פירט אָפּ די קינדער אין צווייטן צימער און זאָגט צום ווייב:
-- קאָנסט גיין, ווערא וולאדימיראָוונא, איך װעל אף זיי אכטונג געבן.
10
די קינדער ויינען. טשעבעריאטשקע פארקוטעט זיך אין אן אלטמאָדישן מאלבעש, שלעפּט ארוף אף זיך א היטעלע, ציט אָן אף די הענט די הענטשקעלעך און מאכט קאָקעטיש צו
קוליאבקאָן:
-- נו, הער פּאָלקאָװניק, פירט מיך אין אײַער דעפארטאמענט! -- און צו די קינדער שרײַט זי ארײַן דורך דער אָפענער טיר: -- ויינט ניט, טײַבעלעך מײַנע, איך װעל אינגיכן זי אומקערן.
-- נו, ווערא וולאדימיראָוונא, גאָט פירט אזוי, אז מיר מוזן מיט אײַך װוידער זיך באגעגע- נען. איר, אלס רעליגיקוט,, פרוי, גלייבט מיסטאמע, אז ס'איז א באשערטע זאך...
אזוי הייבט אָן זיַן געשפּרעך דער איספאָרשער פון קיַעװער קרײיז-געריכט פאר באזונ- דערס וויכטיקע א איניאָנים ו וואסילי איוואנאָוויטש פענענקאָ.
טשעבעריאק קוקט אים גלײַך אין די אױגן, באטראכט אופמערקזאם זײַנע גלאטע גלאנ- ציקע האָר, װאָס זײַנען פארקעמט מיט א שרונט, אף די קונציק פארדרייטע װאָנצעלעך
-- װאָס באטראכט איר מיך אזוי, ווערא וולאדימיראָוונא?
א שטיל יעכידנע שמייכעלע שװעבט אף טשעבעריאטשקעס פּאָנעם. זי שנורעװועט צונויף אירע פולבלעכע ליפן.
-- מע טאָר אף אייך ניט קוקן? איר געפעלט מיר זייער, -- קאָקעטירט זי.
-- אזוי, איך געפעל אײַך? -- דער אויספאָרשער שטעלט זיך אוף, שפּאנט זיך אדורך איבערן צימער. -- איך האָב עס ניט געװוּסט ביז איצט, -- זאָגט ער, אָפּשטעלנדיק זיך אנטקעגן דער פרוי.
--- וואסילי איוואנאָוויטש, כ'האָב אײַך שוין אמאָל געזאָגט וועגן דעם.
באם אױיספאָרשער ווערן רויט די באקן. פון פארלױירנקײַט נעמט ער מיט די פינגער ציפּען די שפיצן פון די װאָנצעלעך, ער ווייסט ניט װוּהין אהינצוטאָן די אויגן, גראָבט ער זיי אײַן אין די פאפּירן.
-- איר האָט פארגעסן, וואסילי איוואנאָוויטש, -- גיט צו ווערע טשעבעריאק.
דער אויספאָרשער געפינט א פּאפּירל, טײַטלט דערוף מיטן פינגער:
-- אָט דאָ ווערט געזאָגט, אז אנדריי יושטשינסקי איז דערמאָרדעט געװאָרן בא אײַך אין שטוב, ווערא וולאדימיראָוונא.
א פּאוזע.
-- װאָס קאָנט איר זאָגן דערוף, ווערא-טשינאָווניצא?
זי שװוײַגט. מיט א קליין טיכעלע ווישט זי אויס די ווינקלען פון די ליפּן, פארהייבט די ברעמען העכער צום שטערן, קנייטשט פארכידעשט מיט די אקסלען.
-- זאָגט מיר, וואסילי איוואנאָוויטש, וויפל מאָל האָט איר מיך שוין אויסגעפרעגט און וויפל מאָל האָט מען מיך געהאלטן אין אײַער מאלינע אומזיסט און אומנישט.
-- איצט איז גאָר עפעס אנדערש. איר האָט דערמאָרדעט אן אומשולדיק קינד, -- זאָגט פענענקאָ שטרענג. ער ציט ארויס א פּאפּיראָס פונעם פּאָרטסיגאר, פארייכערט. -- איר הערט, װאָס איך זאָג, מאדאם טשעבעריאק?
-- איך בין נאָך נישט טויב, וואסילי איוואנאָוויטש. ער האָט אײַך אָנגעקארקעט אף מיר?
-- דאָס האָבן אונדזערע אגענטן זיך דערקונדיקט.
-- אײַערע אגענטן... נארישקײיטן! זיי זײַנען אונטערגעקויפט. די ייִדן האלטן זיי אין די הענט.
-- פארװאָס בארעדט איר אָרנטלעכע מענטשן? איך װעל אײַך דערפאר צוציִען צו פאראנט- װאָרטלעכקײַט.
-- וואסילי איוואנאָוויטש, איר ווייסט גאנץ גוט, אז איך בין ניט פון די דערשראָקענע...
-- דאָס מאָל מעגט איר זיך שרעקן. אלע שפּורן פונעם מיִעסן מאָרד פירן צו אײַער שטוב.
-- א פרישער ליגן פונעם קיעווער סיסקו.
דער אויספאָרשער שפּאנט זיך װידער דורך איבערן צימער, בײַסט אָפּ דעם צעװייקטן שפּיץ פונעם פּאפּיראָס, קוקט אָנגעשטרענגט אף טשעבעריאטשקען און זאָגט אומגעריכט:
-- פּליס, סינגאיעווסקי --- אײַער בראטאָק -- האָט אליין אלידעס געזאָגט.
-- ער װעט מיך ניט פארקויפן... --- דרייט זי מיטן קאָפּ.
-- און דער מיניסטאָרישער קאָפּ אײַערער -- רודזינסקי -- האָט אויך צוגעשיקט א פּאפּיר.
1 אױיסשפּיר-אָפּטײל,
11
-- א ליגף ער װעט מיך ניט פארקויפן... -- אויך וואנקע דער געלער -- לאטישעוו --- איז זיך מוידע געווען. --- ס'א ליגף! ער װעט אף מיר קיין שלעכטס ניט זאָגן. דער אױיספאָרשער איז אזש אונטערגעשפּרונגען און װוידער אָנגעהויבן ארומשפּאנען איבערן צימער. -- אלץ איז ליגן און ליגן... א פרומע נעשאָמע, א הייליקע מאָנאשקע ביסטו, ווערא וולא- דימיראָוונא. -- איר האָט ניט קיין רעכט מיך צו דוצן, וואסילי איוואנאָוויטש! --- זאָגט זי בייז און מיט א צוגעשטילטער שטים גיט זי צו: --- איך ווייס, װוּהין מע קאָן זיך זשאלעווען. פענענקאָ האָט אזש א קריץ געטאָן מיט די ציין פון דערשטיקטן קאס. מיט דער עקער האנט האָט ער א צופּ געטאָן דעם לאץ פון זײַן מונדיר. טשעבעריאק באמערקט עס און זאָגט: -- נערווירט ניט, וואסילי איוואנאָוויטש, איר קענט דאָך מיך... -- טאקע דערפאר, װאָס איך קען אײַך זייער גוט, גלייב איך אין אלע מיטיילונגען פון די אָרנטלעכע אגענטן. -- די אגענטן, -- לט זי זיך אף א קאָל, --- ווייסן באגלײַך מיט מיר, אז יושטשינסקין האָבן דערהארגעט די ייִדן.. -- דאָס האָט איר אויסגעטראכט, איר מיט א פּאָר שיקאָרניקעס, װי דער פאָנארשטשיקג שאכאָווסקי מיט זײַן װײַב און די דולע װאָלקיוונע. -- וואסילי איוואנאָװיטש, איר זײַט דאָך אויך אן עכט-דוסישער מענטש, אזוי װי גאָלו- אָוו און טשאפּלינסקי. -- איז װאָס װילט איר דערמיט זאָגן, ווערא-טשינאָווניצא? בעסער װאָלט געווע 7 דערציילן דעם עמעס, װאָלטן מיר מילדער געווען צו אײַך, זעט, מע זאָל אײַך ניט פארשיקן קיין סיביר... אומגעריכט פארקאטשעט טשעבעריאטשקע א היסטעריקע, זי צעכליפּעט זיך און צעשרײַט זיך אף א קאָל. פענענקאָ דערלאנגט איר א גלאָז וואסער, נאָר זי שטויסט אָפּ זײַן האנט מיט דע גלאָז, דאָס וואסער צעפּליוסקעט זיך אף פענענקאָס מונדיר און אפן דיל. ער טרייסלט פון זיך אָפּ די טראָפּנס און רעדט ווידער שטרענג: -- פּעסטעט זיך דאָ ניט, מאדאם, מע װעט אײַך פארשיקן אף קאטאָרגע, און איר װעט פון דאָרטן קיינמאָל זיך ניט אומקערן. טשעבעריאק מאכט עטלעכע שריט אף צוריק און אָטעמט ארויס; -- וואסילי איוואנאָוויטש, מײַן זשעניע האָט אליין געזען, װי דער ייד מיט דער שווארצער באָרד האָט געשלעפּט אנדריושקען. דאָס אומגליקלעכע ייִנגל האָט, נעבעך, געשריגן צו מײַן זון: גראטעווע מיך!* און דער ייִד צו זשעניען: ,, אוועק פונדאנען, איכ'ל דיך אויך נעמען". אנדריושקע איז ארײַנגעפאלן צו די מערדער אין די הענט, יי זי האָבן פון אים אויסגעצאפט דאָס בלוט. צו בייליסן זײַנען געגאנגען ייִדן מיט לאנגע פּייעס. פענענקאָ, װאָס מאכט איר זיך ניט וויסנ- דיק און לייגט אף מיר ארוף דעם קלאָץ? איך הל ניט טראָגן אף זיך און אף מײַן געוויסן די שרעקלעכע זינד פון א מערדער. -- ווער, זאָגט איר, האָט געזען? -- זשעניע, מײַן זשעניע. רופט אים ארויס, װעט איר הערן. פּלוצעם האָט די טיר זיך צעפּראלט, און אין קאבינעט פונעם אױיספאָרשער איז א צעפּאליע- טער ארײיַן גאָלוביאָוו. -- װאָס מאטערט איר אן אומשולדיקע פרוי, געערטער הער פענענקאָ? ווערא וולאדימי- ראָוונא איז א פּאָטאָמסטװענע דװאָריאנקע?. אלס פאָרשטייער פון געזעלשאפטלעכן געוויסן האָב איך אליין זיך פארינטערעסירט מיט דעם שוידערלעכן מאָרד פון דעם קריסטלעכן ייִנגל און אויסגעפאָרשט די זאך. אײַערע אגענטן זײַנען פארקויפטע נעשאָמעס. איך ווייס שוין גענוי, אז זײַצעװס פּריקאזטשיק האָט געקוילעט און צעשטאָכן יושטשינסקין... מיר זײַנען אויך באװוּסט די מאָטיוון פונעם דאָזיקן מאָרד... פענענקאָ איז געווען אופגעבראכט דערפון, װאָס אָט דאָס סקאנדאליעזע סטודענטל איז ארײַן צו אים, צום אָנפארטרױטן אױיספאָרשער פון קיִעווער קרייז-געריכט, אָן א דערלויבעניש. נאָר, דערמאָנענדיק זיך, מיט וועמען ס'וועט אים אויסקומען האָבן צו טאָן, האָט פענענקאָ אָפּגעשװיגן. ערשט אין א פּאָר מינוט ארום, ווען גאָלוביאָוו האָט שוין געהאט אָפּגערוישט און אויסגעשריען זײַנע פארגרייטע ווערטער, איז פענענקאָ אופגעשטאנען און שטרענג געפרעגט:
1 לאמטערן-צינדער; ? אן אדעליקע פון דאָר:דוירעס.
12
-- ווער האָט אײַך דערלויבט ארײַנגיין, ווען איך פיל אויס מײַנע פליכטן?
-- איר אלע שפּילט זיך אין באהעלטעניש, אונטער אײַערע מונדירן באהאלט איר אויס די עמעסע פארברעכער -- די ייִדן. קומט, -- כאפּט ער אָן ווערע טשעבעריאק פאר דער האנט,
-- קיינער האָט אײַך ניט דערלויבט אוועקצוגיין --- צעשרײַט זיך דער אױיספאָרשער אף דער פרוי. --- און איר, יונגערמאן, איר זײַט ניט מײַן נאטשאלניק..,
-- איך װעל אײַך אלעמען באװײַזן, װער ס'איז דער עמעסער באלעבאָס אין היגן קאנט!.
מיט די ווערטער איז גאָלוביאָוו ארויס פון פענענקאָס קאבינעט.
דער אױיספאָרשער האָט ארײַינגערופן דעם סאָלדאט, װאָס איז געשטאנען בא דער טיר, און אים באפוילן אוועקפירן די ארעסטירטע אין קאמערע.
אין א טאָג ארום האָט דער אױיספאָרשער פענענקאָ באקומען אן אָנװײַזונג פונעם פּראָקוראָר פון קיעווער געריכט-פאלאטע טשאפלינסקי: טייקעף ארױיסלאָזן אף דער פרײַ ווערא וולאדימי- ראָוונא טשעבעריאק, וועלכע איז אלפּײטאָעס ארעסטירט געװאָרן אפן סמאך פון ניט גענוג דורכגעקאַנטראָלירטע געגעבענע.
ארעסטירט בייליסן
שוין עטלעכע װאָכן איז בא מענדל בייליסן אין שטוב אן איבערקערעניש. און וי קאָן עס
זײַן יי יש, אז װי נאָר בייליס באװײַזט זיך אף װערכניע-יוראָווסקע-גאס, דערהערן זיך פון די אָפּענע פענצטער געשרייען פון דערשראָקענע מאמעס:
-- קינדער, גיכער אהיים, גיכער!
--- װאָס איז געשען, מאמעניו?--- פרעגט א קינד.
-- זעטט ניט -- דער ייד מיט דער שווארצער באָרד.
--- וווּ, ווף?
-- אָט גייט ער.
מענדל בייליס האָט פאמעקער געשפאנט איבער דער שלעכט ברוקירטער גאס, געהערט די געשרייען פון די אופגערעגטע פרויען. מיט א ווייטעקלעך-איבערגעקרימטן שמייכל אף די ליפּן פלעגט ער זיך אויסדרייען צו די קינדער און מיט די טרויעריקע אויגן נאָכקוקן, וי זיי צעלויפן
זיך, װי א צעפאָלאָכעטע טשאטע פייגל, ער װוהין עס קאָן. מענדל בייליס האָט ווירקלעך געהאט
א שווארצע באָרד. דער מענטש מיט דער שווארצער באָרד קוקט אף א מוטער, װאָס האָט אָקאָרשט ;אָפּגעראטעוועט? איר קינד פון א געפאר, פארהאקט בייז און שנעל א פענצטער, און עס װערט אים שווער אפן הארצן. א װאָלקן האָט אײַנגעדעקט דאָס קליינע שטיבל פון מענדל בייליס און אפילע דעם נוסבוים, װאָס קלעטערט אפן דאך מיט די צװײַגן און בלעטער, און קאָן עס ניט באשיצן פון דעם געדיכטן װאָלקן.
אָפּטמאָל טראכט מענדל, אז ער װאָלט געדארפט נעמען דאָס װײַב מיט די קינדער און ערגעץ ארויספאָרן. נאָר װוּהין? מענטשן האָבן געטײַנעט: מע טאָר ניט אנטלויפן, װײַל דעמלט װעט מען בעפיירעש ברײיען, אז ער, בייליס, איז טאקע שולדיק אין דער האריגע פון אנדריי יושטשינסקין. ס'האָבן זיך אויך געפונען אזעלכע, װאָס האָבן געייצעט, ער זאָל גלײַך זיך אָפּטראָגן אין אן אנדער שטאָט, אשטייגער קיין אָדעס, און דאָרטן װעט מען אים מיט זײַן גאנצן געזינדל באװאָרענען מיט שיפסקארטעס, אים נאָך מיטגעבן אף הויצאָעס, ער זאָל בעשאָלעם זיך אריבערפּעקלען קיין אמעריקע. דעמלט װעט ער, מענדל, ניצל ווערן פון אן אומגליק און די גאנצע קיעווער איידע װועט געראטעוועט װערן.
ניין, מענדל װעט אין ערגעץ ניט פאָרן. אָרנטלעכע מענטשן, װאָס פילן אף זיך ניט קין שום זינד און האָבן קיין שום שלעכטס ניט געטאָן, טאָרן ניט אנטלויפן. ער גלייבט, אז ס'איז פאראן יוישער אף דער וועלט און אז קיינער װעט אים ניט אָנרירן מיט קיין פינגער. מאלע-װאָס עס פּלאפּלען אייניקע איבערגעשראָקענע פרויען. ס'ווערט, עמעס, דערפון שווער אפן הארצן, אָבער דאָס וועט אדורכגיין.
בייליס דערמאָנט זיך: ווען ער איז געווען א סאָלדאט, האָט דער פעלדפעבעל אײנמאָל גע- װאָלט אים צושטעלן א בענקעלע צום ראָטני קאָמאנדיר, נאָר פאר אים האָבן זיך אָנגענומען עטלעכע סאָלדאטן, האָט שוין דער פעלדפעבעל ניט געװאגט זיך אָנקלאָגן אף אים. ער האָט, עמעס, אויסגעזידלט מענדלען און אפילע דערלאנגט אים א פּאטש, אָבער דער פּאטש האָט זיך פארהיילט און געבליבן איז בא מענדלען א גוטער אײַנדרוק וועגן די כאוויירים-סאָלדאטן, װאָס האָבן פאר אים זיך אײַנגעשטעלט. ער גלייבט אין יוישער...
13
און אז דאָס װײַב האָט געפּרוּװוט אים אײַנרײדן, ער זאָל זיך צוהערן צו דעם, װאָס גוטע- פרײַנט אייצענען, האָט ער פאר זיך אליין באשלאָסן, אז קיינעם װעט ער בעשום-אויפן ניט הערן, ס'װועט איבערגיין: מאלע-װאָס מע האָט אף אים אָנגערעדט אין דער פּאָליצײ, מאלע-װאָס הינט בילן. : נאָר הינט זײַנען געװען א סאך. ס'האָט זיך געקאָכט ארום מענדל בייליסן, און ניט אזוי ארום אים --אָט דעם פּאָשעטן מענטשן, דעם ייִדן פון א גאנץ יאָר. מ'האָט געמיינט טיפער טרעפן... ארום צוועלף אזייגער באנאכט פונעם 21 אפן 22 יול, ווען בייליס און זײַן געזינדל זײַנען שוין געשלאָפן, האָט מען אומרויק-פיבערדיק אָנגעהויבן קלאפּן אין דער הויז-טיר. א פארשלאָ- פענער האָט בייליס געזאָגט צום װײַב; -- הער נאָר, איך בעט דיך, עסטער, װוי מע האקט אין דער טיר. דאָס לעמפּעלע, װאָס איז שטענדיק עטאלפ אפן נאכט-שאפקעלע צוליב די קליינע קינ- דער, האָט א ציטער געטאָן מיטן בלאסן פײַער-צינגל. -- װער קאָן עס זײַן? --- שטוינט מענדל -- עפשער א סרייפע... --- האָט געזאָגט עסטער. -- כאָלילע, װאָס רעדסטו?-- האָט בייליס ניט געװאָלט | דערלאָזן אזא שרעקלעכן געדאנק. דערװײַל האָט מען מיט עפעס שװוערס און פּלעטנדיקס גענומען שטארקער קאדויטשען אין הער טיר. -- באלד, באלד, -- האָט זיך אָנגערופן יע יב די באָרװעסע פיס אין די אלטע אױסגעטראָטענע פּאָסטעלעס, האָט ער זיך גע צו דער טיר. -- אָטקראָיטיע!! --- בייזערט זיך א הארבע שמום; -- קטאָ עטאָ?? --- וויל בייליס וויסן. --- דאָ װוינט מענדל בייליס? -- יאָ, דאָ, -- ענטפערט בייליס מיט א געפאלענער שטים און זאָגט שטיל צום װייב, װאָס איז שוין געשטאנען לעם אים: --- זי זײַנען געקומען, די מעכאבאָלים. -- עפן זיי ניט, -- שעפּטשעט דאָס װײַב. --- װאָס וועלן זיי אונדז טאָן? -- זיי וועלן צעהאקן די טיר און ארײיַן... --- און בייליס קייטלט אוף די טיר. אין שטוב האָבן זיך ארײַנגעשפּארט עטלעכע פּאָליצײי-לײַט, דערנאָך -- זשאנדארמען אין גרינע מונדירן. די קינדער האָבן זיך אופגעכאפּט און זיך אופגעשטעלט אף זייערע געלעגערס. דערשראָקענע, מיט האלב-פארקלעפּטע דרעמלענדיקע אויגן האָבן זיי ארײַנגעצויגן די קעפּלעך אין די אקסלען. דער מיטלװוּקסיקער דארער לאנגװאָנצעדיקער פּאָדפּאָלקאָװוניק ניקאָלײַ ניקאָלײַעװיטש קוליאבקאָ-- דער שעף פון קיעווער אָכראנקע האָט מיט א פלינקער באוועגונג אראָפּגעצױגן די לײַקענע הענטשקע פון זײַן רעכטער האנט, ארויסגענומען פונעם פּאָרטפעל אן אָרדער אף אן ארעסט, קלוימערשט העפלעך עטװאָס פארנייגט דעם קאָפּ; --- מענדל בייליס, טוט זיך אָן, איר וועט מיטגיין מיט אונדז. --- װוּהין, פּאני נאטשאלניק? -- רײַסט זיך ארויס בא בייליסעס װײַב. אונטער די היפּשע ברעמען האָבן קוליאבקאָס אויגן נאָך מער זיך צונויפגעזשמורעט, און ער האָט מיט ביטל געענטפערט: -- דאָס איז שוין אונדזער זאך, בארויִקט זיך, מאדאם. --- און צו די פּאָליצײי-לײַט א װוּנק געטאָן, זיי זאָלן צוטרעטן צו דער אונטערזוכונג. מיט ציטערנדיקע פינגער האָט די פרוי גענומען פארשפּיליען אף זיך דעם מאנטל, װאָס דאָס עלטערע ייִנגל האָט איר ארופגעװאָרפן אף די אקסלען. -- איך װעל מיטגיין מיט דיר, מענדל, --- זאָגט עסטער. -- װאָס האָט זי געזאָגט? -- טוט בייז א פרעג קוליאבקאָ. -- זעצט זיך, מאדאם, אוועק אין א ווינקל און שװײַגט. מיטן קאָפּ האָט מענדל א מאך געטאָן צום װײַב, זי זאָל טאָן, וי מע הייסט איר. שװײַגן? ויאזוי שװייַגט מען אין אזעלכע מינוטן? -- טוט זיך אָן, קינדער!-- האָט די פרוי ניט מיט איר קאָל אױיסגעשריִען --איר װעט מיטגיין מיט אײַער טאטן. צעלאכט זיך קוליאבקאָ אף א קאָל: -- װוּהין?
1 עפנט; = װער איז דאָס?
1* 14
קוליאבקאָ האָט מיט איין האנט אָנגענומען בייליסעס פרוי פאר אן ארבל און מיט דער צווייטער אונטערגעטראָגן איר א בענקל און קימאט מיט גוואלד אוועקגעזעצט די אופגערעגטע פרוי אינמיטן שטוב.
-- אויב איר ווילט ניט, מאדאם, זיצן אין א ווינקל, איז, ביטע, זיצט אָט דאָ און שװײַגט,
ארומגערינגלט מיט אלע אירע קינדער, איז די פרוי געבליבן זיצן אינמיטן שטוב און מיט דערשראָקענע אויגן נאָכגעשפּירט, װי די פּאָליציי לײַט האָבן גענישטערט און גאָרנישט ניט געשאנעוועט. זיי האָבן ארויסגעװאָרפן דאָס קויטיקע גרעט פון א קאסטן, ארויסגעשארט דאָס פייסעכדיקע געפעס פון די װײַטע ווינקעלעך פונעם בופעט. זי האָט אלע מאָל געכאפּט א קוק אף מענד לעןי װאָס איז געשטאנען שטיל, און געדוכט האָט זיך איר, אז זײַנע בלאסע בלוטלאָזע ליפן באוועגן זיך אין א טפילע.
-- אָט, אײַער װױלגעבירטיקײַט, -- האָט איינער פון די פּאָליציי לײַט צוגעטראָגן מענדלס טאלעס-זעקעלע און איבערגעגעבן קוליאבקאָן --אָט דאָ איז עס געװען באהאלטן -- האָט ער אָנגעװיזן אף א שופּלאָד אין בופעט.
-- אנו, אנו, װאָס איז דאָס? --- פרעגט קוליאבקאָ.
-- א טאלעס צום דאוונען, -- ענטפערט פאר בייליסן דאָס װײַב.
דער פּאָדפּאָלקאָװניק קוקט פרעגנדיק אף בייליסן.
-- יאָ, ריכטיק, -- באשטעטיקט מענדל, צושאָקלענדיק מיטן קאָפּ.
-- אָט דאָס דארפן מיר!; -- האָט זיך דערפרייט קוליאבקאָ און באפוילן װײַטער זוכן. פרעמדע מעגושעמדיקע הענט נישטערן צװישן די זאכן, קליידער, געפעס און קינדער- שפּילכלעך. ווען אין שטוב איז שוין געװוען אלץ איבערגעקערט האָרע-קאָרע, האָט קוליאבקאָ
געהייסן, אז מענדל בייליס זאָל זיך אָנטאָן. װוי גיך מענדל האָט זיך ניט אָנגעטאָן, האָט זיך דעם זשאנדארם אלץ אויסגעוויזן, אז יענער ציט אומיסטן אָפּ די צײַט, האָט ער אים אונטערגעטריבן. דערפון האָבן בא מענדלען זיך ניט געלייגט די הענט. דאָס װײַב איז אים געקומען צוהילף. פיל אויגן פון די געקומענע מעכאבאָלים האָבן וואכזאם נאָכגעקוקט, צי גיט ניט איבער עפּעס די פרוי דעם מאן. צי פון קאס, צי גלאט פון הוילער בײזקײַט האָט דער פּאָדפּאָלקאָװוניק געהייסן בייליסעס נײַניאָריק ייַנגל, ער זאָל זיך אויך אָנטאָן.
-- צוליב װאָס? --- פרעגט בייליס.
-- ער װעט גיין מיט דיר, -- קומט א קאלטער ענטפער.-- ער איז מיר פארדעכטיק.
-- איך װעל ניט לאָזן, -- האָט די מוטער זיך אײַנגעקלאמערט אין דעם ייִנגל.-- הער זי ניט, דאָװידל, גיי ניט.
דאָס ייִנגל האָט ניט פארשטאנען, װאָס מע וויל פון אים. ער האָט זיך ניט גערירט פון אָרט. איינער פון די זשאנדארמען האָט מיט מענדלס הילף אופגעזוכט דעם קינדס אָנטאָן און אָנגעהױיבן ארופציִען אף אים צוערשט די הייזעלעך, דערנאָך דאָס בלוזקעלע, די זעקלעך, די שיך.
-- דאָס היטל פארגעס ניט, --- האָט די מוטער געציטערט.
שװײַגנדיק האָט דאָװוידל מיט ביידע הענט ארופגעזעצט אפן קאָפּ דאָס קאשקעטל און איז
געבליבן שטיין לעם דעם פּאָדפּאָלקאָוװניק. -- פּאָשלי!! -- האָט שטרענג געזאָגט קוליאבקאָ.
אפריִער. האָבן זיך א לאָז געטאָן די פּאָליציי-לײַט. אָבער װי נאָר מ'האָט אופגעעפנט די הויז-טיר, האָט זיך דערהערט א רויש פון א רעגן.
-- עפשער װועלן מיר איבערווארטן? -- האָט געפרעגט עמעצער פון די זשאנדארמען.
נאָר קוליאבקאָ האָט מיט א װוּנק געוויזן, מע זאָל גיין.
כייליסעס פרוי האָט אפגיך אָפּגעזוכט א שירעם און דערלאנגט מענדלען, נאָר קוליאבקאָ האָט ארויסגעריסן פון זײַן האנט דעם שירעם און א שלײַדער געטאָן אים אף די אָנגעוואלגערטע זאכן אינמיטן שטוב.
מ'איז ארויס אין רעגן אף דער טונקעלער גאס. עסטער האָט געװאָלט מיטגיין מיטן מאן און מיטן זון. מע האָט זי אָבער ניט געלאָזט. אין שטוב איז זי געבליבן שטיין ארומגערינגלט מיט די קינדער און פארגליווערט געשוויגן.
פיטש-נאסע האָט מען ביידע -- בייליסן מיטן זון ---ארײַנגעפירט אין א קעלער פון דער אָכראנקע. אין א ווינקל האָט געטשאדעט א שטיקל ליכט, אָט-אָט, האָט זיך בייליסן אויסגעדוכט, װועט עס אויסגיין. ס'האָט אָבער לאנג נאָך געטשאדעט.
-- זעסט, טאטע, סע טאָגט... --- האָט דאָװוידל זיך אָנגערופן.
1 געגאנגען.
15
יאָ, ס'ווערט ליכטיק, -- האָט א קלער געטאָן בייליס, --- און מיר זיצן דאָ פארשפּארט". די גאנצע נאכט האָט ער קיין אויג ניט צוגעמאכט. דאָװידל איז אויך ניט געשלאָפן. איצט האָט א קלעפּיקע שװערקײַט געצװוּנגען דאָס ייִנגל שליסן די ויִעס און פאר די אויגן האָבן גענומען ווימלען צענדליקער פייערלעך. זיי האָבן געשוויבלט און זיך אויסגעמישט מיט דער בלאָװקײַט פון אָנקומענדיקן טאָג.
ביידע זײַנען געזעסן אין א ווינקל אף א ביסל שטרוי. דאָװידל האָט אָנגעשפּארט דעם קאָפּ אפן טאטנס אקסל און אײַנגעדרעמלט. אף בייליסן איז אויך אָנגעפאלן א שלאָף, די אויגן האָבן זיך צוגעמאכט. אופגעכאפּט האָט ער זיך פונעם זונס אויסגעשריי:
--- טאטע, די קינדער האָבן מיך געשלאָגן פאר אנדריושקען...
בייליס דערזעט טרערן בא דעם קינד אין די אויגן.
דאָװידל הייבט זיך אוף פון דער שטרוי, קוקט זיך ערשט איצט ארום, װוּ ער געפינט זיך. אומגעריכט פאלט צו דאָס קינד צו דער טיר און נעמט מיט ביידע פויסטן קלאפּן.
-- עפנט, עפנט! -- שרייַט ער.
דער פאָטער רײַסט אים אָפּ פון דער טיר און ווייסט ניט, װוי אים צו בארויקן. צוערשט נעמט ער דאָװידלען ארום, דריקט אים צו דער ברוסט. אט אז ואס העלפט ניט -- דאָס ייִנגל פארגייט זיך אלץ אין כליפּען עפעס ניט מיט קיין קינדערשן געויין, נעמט בייליס אָן דאָװידלען מיט ביידע הענט און טרייסלט אים מיט דער גאנצער קראפט:
-- הער אוף, קינד מײַנס, איך בעט דיך. זאָלן זי ניט זען דײַנע טרערן.
און װאָס מער דער פאָטער טרייסט אים, אלץ מער פארגייט זיך דאָװידל. דער טאטע האָט אים געווישט די טרערן און דערביי שי וט אין אויטר:
--- איך וויל דיר עפּעס דערציילן, זונעלע... מעגסט עס אויסהערן.
דאָס יינגל איז שטיל געװאָרן, זיך עטו ואס אָפּגערוקט פונעם פאָטער און גענומען קוקן אים אין פּאָנעם ארײַן.
-- אין דעם שטעטל, -- האָט בייליס אָנגעהויבן, --- װוּ איך האָב געוווינט אין די קינדער- יאָרן, איז איינמאָל אױיסגעבראָכן א מיִעס געשלעג צװישן די יארידניקעס מיט אן אָנגעפאָ- רענער פון דער פרעמד כאָפּטע פערד-גאנאָווים -- גאלאנטאָנעס, װאָס האָבן געװאָלט אָפּראבעװען די מארק-מענטשן. אפן יאריד זײיַנען געווען פּוױערים פון די ארומיקע דערפער און אונדזערע שטעטלדיקע. צװישן די יאריד-מענטשן זײַנען געווען גענוג ברײטפּלײציקע געזונטע און פעסטע פּארשוינען, וועלכע װאָלטן בעפיירעש געקאָנט זיך קעגנשטעלן די גאנאָווים און אפילע זיי בײַקו מען. האָט אָבער די מוירע פאר די גערימטע שלעגערס אָפּגענומען די מוט בא די יארידניקעס און זיי זײַנען שיר-שיר ניט געבליבן בעדיל-האדאל: די פּויערים אָן פערד -- און צו װאָס טוג א פּויער אָן פערד! -- און די ייִדן אָן דעם ביסל סכוירע, װאָס זיי האָבן ארויסגעפירט פאר מיס- כער. ס'האָט שוין געהאלטן דערבײַ, אז די גאלאנטאָנעס זאָלן טאקע האָבן די פּויערישע פורן אָנגעגרוזעװועט מיטן גאנצן דאָברע-מאזל פון די אָפּגעראטעװעטע מענטשן. איז אָבער דאָ געשען אזוינס, װאָס האָט אלעמען איבעראשט. אין אונדזער שטעטל האָט געלעבט א באָנדער -- א קאפּצן, נאָר א פרומער ייָד, װאָס פלעגט מערער דאוונען, איידער אָנשלאָגן און אָנרייפלען פעסער. אן אויסזען האָט ער געהאט פון א שוואכן, שלאבעריקן פּארשוין, א קוק טאָן אף אים --- האָט מען זיך געכידעשט, וויָאזוי קאָן אָט דאָס מענטשעלע ארופפּערען אף זיַנע שמאָלע, אויסגעדארטע אקסלען אזא גרויסע פאס. איז אָט באװײַזט זיך אפן יאריד דער קלייניטשקער כאיִם-מוישע, דער פרומער באָנדער, כאפּט א דרענגל און נעמט איינער אליין בולעווען און נעריקן די גאנאָװוים, אז זיי האָבן קוים מיט צאָרעס געמאכט פּלײטע. די געזונטע פּויערים און די פעסטע ייִדן-בינדיוזש- ניקעס האָבן געלאכט און האנאָע געהאט, וי כאיִם-מוישע האָט איינער אליין צעטריבן אזא כאָפּטע רויבער. ,כאיִם-מוישע, -- האָט מען אים דערנאָך געפרעגט, -- װי קומט צו דיר אזא גװוּרע?" געדענק איך, װאָס ער האָט געענטפערט: , גװוּרע נעמט זיך, -- האָט ער דערקלערט, -- פונעם גײַסט, פון דער נעשאָמע. און אז דער גײַסט איז שטארק, קאָנען גוט 2 די הענט. אײַזערנע גװוּרע קומט פון אייזערנעם גײַסט...- די יארידניקעס האָבן געקוקט אף אים מיט באװוּנדערונג און געזען, װי ער הינקט אוועק אף זײַנע קליינע פיס און װי א היכשע פאס הוידעט זיך אף זײַנע אויסגעטריקנטע אקסלען.
--- און מיט װאָס, טאטע, האָט מען אָפּגעדאנקט דעם דאָזיקן כאיִם-מוישען?
-- דאָס איז ניט. וויכטיק, מײַן קינד. דער איקער איז געװען זײַן מוט, פון דעם האָבן מענטשן עפּעס געלערנט. מוט און גוװוּרע...
דעם 28 יול האָט מען איבערגעפירט מענדל בייליסן אין פּאָליציי-באצירק, װוּ ער איז איבער- געגעבן געװאָרן אף האזשגאָכע דעם קיִעװער פּאָליצמײסטער. דאָװידלען האָט מען פון דער געפענקעניש באפרײיַט.
1--6 16
דער יוסטיץ-מיניסטער שטשעגלאַװיטאָוו און דער פּראַקוראַר טשאפּלינסקי
אין דער פּאָסעסיע , קאָטשעטי", װאָס איז געשטאנען אף א בערגל, ארומגערינגלט מיט סאָס- נעס, יעלן, ערטערװײַז איבערגעמישט מיט פּינטלקרײַדיקע בערעזעס, האָט איצט געװײַלט דער פעטערבורגער באלעבאָס, דער צארישער סאנאָווניק: שטשעגלאָװיטאָוו.
דעם מיניסטער האָט אהער געצויגן ניט בלויז די געבענטשטע נאטור פון אָט דעם אוקראי- נישן קאנט. אלע מאָל, ווען ער קומט אהער, האָט ער אין זינען די שאָכנטע זײַנע לאריסא מיטראָ- פאנאָוונא, די יונגע אלמאָנע פונעם געגעהאל קוידאנסקי, וועלכער איז בארימט געווען דערמיט, װאָס אין דעם רוסיש-יאפּאָנישן קריג איז ער געשטאנען נאָענט צו קוראָפּאטקינען. דעם צארישן סאנאָװוניק פון פעטערבורג האָט צוגעצויגן 6 אזוי די רײַכע יערושע, װאָס דער גענעראל דער אויװוער-באָטל האָט איבערגעלאָזט זײַן יונגער אלמאָנע, ווי די שײינקײַט אירע. מיט די פילצאָ- ליקע קאוואלערן פון די ארומיקע פּאָסעסיעס האָט לאריסע קוידאנסקא ליב געהאט צו ריידן אף אוקראיניש. זי פלעגט זיך אָנטאָן אין נאציַאָנאלע אוקראינישע קליידער מיט בונטע קארעלן אפן פולן האלדז.
שטשעגלאָװיטאָוו האָט געװוּסט די שװואכקײַט פון דער קאפריזער אלמאָנע, האָט ער איר צוליב געטאָן. זאָל זי ריידן אף איר שפּראך וויפל דאָס הארץ גלוסט. נאָר ווען זי האָט איינמאָל פארלאנגט פון אים, ער זאָל זי לאג 2 קיין פּעטערבורג, זיי זאָלן דאָרט א הוליע טאָן, האָט שטשעגלאָװיטאָוו א שמייכ? געטאָן, צוגעזשמורעט די כיטרע אויגן און געזאָגט:
-- אין פעטערבורג גייט אָבער ניט אָן די כאָכלאצקע מאָווע...
לאריסע האָט א פאָך געטאָן מיטן שטראאיקן פאָכער, אויסגעדרייט זיך און אים איבערגעלאָזט מיטן קאמערדינער.
אויך דאָס מאָל, װי נאָר דער יוסטיץ-מיניסטער איז געקומען קיין ;קאָטשעטי", האָט ער געהייסן זיך פירן אין שכיינעסדיקן גוט צו לאריסע קוידאנסקא.
דערזען בא זיך אין סאָד אין א הייסן יול-טאָג אָט דעם הויכגעשטעלטן גאסט, האָט די עו לעפ לאן- הלכ יקיאָריקע אלמאָנע שטארק זיך דערפרייט.
--- איוואן גריגאָריעװויטש, א ?-- האָט זי אויסגערופן.
שנ שענלאזיטאו, אין ליכטיקן אלפאגענעם אָנצוג, האָט אָפּגעגעבן זײַן הוט דעם דינער און דערביי ניט אופגעהערט צו קוקן אף דער אט ער האָט זיך ניט גערירט פון אָרט, ביז לאריסע קוידאנסקא האָט אים ניט אָנגענומען פאר דער האנט און צוגעפירט צו א באנק.
-- זיצט! -- האָט זי געבעטן און אליין זיך אוועקגעזעצט.
דער גאסט איז אלץ געשטאנען, זיך געשפּיגלט אין איר בליענדיקער שײינקײַט און געשוויגן.
-- זיצט, פארװאָס זעצט איר זיך ניט, איוואן גריגאָריעװיטש, -- האָט קוידאנסקא איבער- געכאזערט.
דערפילט, אז ער איז איבעראשט, האָט די פרוי װידער אים אָנגענומען פאר דער האנט, אוועקגעזעצט אף דער באנק און געהייסן דעם דינער ארױסטראָגן אהער א טישל מיט צובײַסן
װאָס צובײַסן, װוער צובײַיסן? דער גאסט וויל בלויז קוקן אף איר, דערוויסן זיך וועגן איר געזונט און אירע פארלאנגען. ער דארף באלד פאָרן צוריק צו זיך, דאָרט אין ;קאָטשעטי*. דער- ווארט ער איינעם א טשינאָװניק פון קיִעוו וועגן זייער א וויכטיקן איניען.
די אלמאָנע װעט דעם גאסט ניט אָפּלאָזן, שוין לאנג זײַנען בא איר ניט געווען קיין געסט, איז איר לאנגװײַיליק.
-- גאָט אליין האָט אײַך צומעשק, איוואן גריגאָריעװיטש.
א מליִענדיקע היץ האָט זיך געשפּרײט צווישן די ביימער און צעווארעמט די שטאמען פון די בערעזעס, פון וועלכע ס'האָט ארויסגערונען זאפט און זיך צעגאָסן אין טונקל-ברוינע שטרעמע- לעך. די אלמאָנע איז צוגעגאנגען צו א בערעזע, אָפּגעשײלט פונעם בוים א פלעכטעלע פארגלי- ווערטע זאפט, צעשמירט און צעריבן עס אין די הענט.
-- װאָס טוט איר, לאריסא מיטראָפאנאָוונא?
-- מע זאָגט, --- שמייכלען די ווינקלען פון אירע דינע ראָזעװע ליפּן, -- אז װוער עס באנוצט די דאָזיקע זאפט, ווערט באגליקט...
צעלאכט זיך שטשעגלאָװיטאָוו אף א קאָל, און סע שפּרינגען בא אים אין די אויגן פארטײַעטע פײַערלעך.
1 א הויכגעשטעלטער באאמטער; ? די אוקראינישע שפּראך; 5 טײַערער מײַנער, טײַבעלע.
אי אט
-- אָהאָ, מע װואָלט געקאָנט מיינען, איר זײַט אויסגעוואקסן אין א וואלד בא א מוטער א טרע- פערקע און א מאכשייפע, --- זאָגט ער לאכנדיק. -- ס'ניטאָ װאָס צו לאכן דערפון, אפילע דערפארענע מעדיקער אָן שום זאבאָבאָנעס רעקאָ- מענדירן די זאפט צו בויכווייטעק. -- עפשער איז דאָס א מיטל צו בויכווייטעק, אָבער צו גליק... -- נאט, טוט אומיסטן א שמעק, איוואן גריגאָריעוויטש. -- פאר פּארפיומעריע איז דאָס, מעגלעך, א מיטל, נאָר פאר זאבאָבאָנישע גליקן.. -- ער קנייטשט מיט די אקסלען. קוידאנסקא האָט אים ניט געלאָזט ריידן און מיט א געלעכטער איבערגעשלאָגן: --- איר זײײַט דאָך אָבער, מײַן טײַערער איוואן גריגאָריעװויטש, ניט קיין קאָמערסאנט, נאָר א מיניסטער. -- ע, ווען איך זאָל זײַן א קאָמערסאנט... --- װאָלטן מיר מיט אײַך געמאכט א רייזע קיין אינדיע אָדער קיין יאפּאָניע, -- האָט טרוי- מעריש געזאָגט די אלמאָנע. -- איך װאָלט זיך ניט אָפּגעזאָגט מיט אײײַך צו פאָרן. -- און אײַער פּעטערבורגער װײַב װאָס װועט דערוף זאָגן?-- פרעגט לאריסא מיטראָ- פאנאָוונא. שטשעגלאָװיטאָוו ענטפערט דערוף גאָרנישט. ער רוקט צו זיך צו די פלאש מיטן געטראנק, וואָס דער דינער האָט געבראכט, גיסט אָן אין א גלאָז, -- איר האָט אזא קוואסאָק נאָך ניט געטרונקעןן, --זאָגט די באלעבאָסטע, -- דערוף איז אונדזער אפאָנקע א גרויסער בעריע! שטשעגלאָװיטאָוו פארזוכט דעם געטראנק, קוויקט זיך. נאָר פּלוצעם דערמאָנט ער זיך אין עפּעס, כאפּט ארויס דעם זייגער און זאָגט: --- אוי, אוי, אוי, שוין שפּעט! די זון שטייט נאָך, עמעס, הויך. איך באדארף נאָך היינט זײַן צוריק בא זיך, און פאָרן מיט דער דראָזשקע געדויערט אמװייניקסטן א דרײַסיק--פערציק מינוט. -- אײַלט זיך ניט, איך װעל אײַך געבן מײַן קוטשער, װעט ער אײַך אָפּפירן פאר צוואנציק מינוט מאקסימום, -- זאָגט לאריסא מיטראָפאנאָוונא. גראָד אין דער רעגע האָט זיך דערהערט א רויש פון א צופאָרנדיקער דראָזשקע. -- װער קאָן עס זײַן? --- פרעגט א פארפלאמטע די באלעבאָסטע. -- געוויס עמעצער פון אײַערע שכיינים, --- וויל שטשעגלאָװיטאָוו טרעפן. --- איך האָב ניט אזעלכע שכיינים, אויסער איַך. דעם דינערס געדיכטע שטים דערטראָגט זיך פונדערװוײַטנס: -- יאָ, זײַן עקסעלענץ איוואן גריגאָריעװויטש שטשעגלאָװיטאָוו איז איצט דאָ. -- אף אײַך פרעגט מען זיך נאָך, -- זאָגט שטיל לאריסא מיטראָפאנאָוונא. -- אף מיר גאָר... -- קנייטשט שטשעגלאָװיטאָוו מיט די אקסלען, --- און עפשער... פון צווישן די ביימער באװוײַזט זיך טשאפּלינסקי. זײַן היפּשע פיגור זעט אויס דאָ, אין שאָטן פון דעם אויסטערלישן ביימער-געפלעכט, קליין און אומבאמערקט. עפּעס האָט ער אפגיך אָפּגע- מורמלט, נאָר װאָס -- האָבן שטשעגלאָװיטאָוו און די באלעבאָסטע ניט פארשטאנען. -- באקענט זיך: לאריסא מיטראָפאנאָוונא קוידאנסקא, הער טשאפּלינסקי... קוידאנסקא האָט ניט געלאָזט דעם מיניסטער ענדיקן: -- איך האָב פיל געהערט וועגן דעם הער טשאפּלינסקי, --- האָט זי געזאָגט. אין פארלעגנהײַט באטראכט טשאפּלינסקי די גענעראלשע און ווייסט ניט װאָס צו זאָגן. ער קלערט: ;װאָס קריכט עס איצט אין קאָפּ דעם יוסטיץ-מיניסטער? ער האָט דאָך ארויסגערופן אים, דעם פּראָקוראָר, צוליב אזא וויכטיקן און עקסטרע איניען און אליין פארברענגט ער גאָר מיט דער יונגער פרוי...* באמערקט טשאפּלינסקיס פארלעגנהײַט, האָט שטשעגלאָװיטאָװו א װוּנק געטאָן צו דער גענעראלשע און זיך צעשמייכלט: -- איר זעט, לאריסא מיטראָפאנאָוונא, איר ברענגט אין פארלעגנהייט אזעלכע דערפארענע און שטרענגע טשינאָווניקעס. איר ווייסט, װאָס פאר א פּאָסטן ער פארנעמט? דאָס איז דער פּראָד קוראָר פון קיעווער געריכט-פּאלאטע -- געאָרגי גאװורילאָוויטש טשאפּלינסקי. -- געהערט, געהערט אויך וועגן דעם, --- שמייכלט מילד די אלמאָנע. --- וועגן מיר? וועגן מײַן באשיידענעם אמט? -- זשמורעט טשאפּלינסקי די גרויע קאלטע אויגן.
18
-- א באשיידענע? כאדכאדכא!-- צעדרויבלט זיך אין געלעכטער די גענעראלשע.--דאָ זײַנען בא מיר געווען באקענטע און דערציילט וועגן אײַך גרויליקע מײַסעס.
-- גרויליקע? -- האָט דער פּראָקוראָר כידעשלעך א קוק געטאָן אף דער גענעראלשע.
-- נו, גרויליקע, ניט קיין גרויליקע...
ביידע געריכט-טוער קוקן מיט נײַגער אף דער צעפלאמטער לאכנדיקער פרוי.
-- װאָס קוקט איר אזוי, מײַנע הערן? אָט דאָ בא דעם זעלבן טישל איז פריער, אן ערעך מיט צוויי װאָכן צוריק, געזעסן דער פּראָקוראָר פון קיעװוער קרײַזיגעריכט בהאנדאָרף און זיך אויסגערעדט זײַן הארץ פאר מיר, אז איר, הער טשאפּלינסקי, זײַט אזא... הארטער... אָבער לאָמיר בעסער ניט ריידן דערפון...
נאָך א קליינער פאוזע, ווען די גענעראלשע האָט באמערקט, אז אירע געסט זײַנען געבליבן וי געפלעפט און קוקן אף איר פארגאפטע, האָט זי פאָרגעזעצט:
-- איך פארשטיי, איר װועט זאָגן, צוליב װאָס מיש איך זיך אין פרעמדע געשעפטן... בעסער װאָלט איך געשויגן, אומזיסט אָנגעהױבן אזא שמועס. בראנדאָרף איז מײַן מאנס און אויך מײַנער א גוטערפרײַנט, אן אָרנטלעכער מענטש-- דאָס מעג איך זיכער זאָגן. ער האָט ניט גערעדט קיין שלעכטס וועגן אײַך. ער איז א גוטער פאמיליען-מענטש. ער האָט מיר דערציילט א געשיכטע, װאָס איז פארבונדן מיט איינער א דאמע, וועלכע איז פארמישט אין א פּאָליטישן איניען. קיין אײינצלהײַטן געדענק איך ניט, נאָר דער טאָך פון דער דאָזיקער געשיכטע באשטייט אין דעם אײַנדרוק, װאָס איז פארבליבן בא די, װאָס זײַנען פארבונדן מיטן איניען. ער האָט געזאָגט, אז איר, הער טשאפּלינסקי, זײַט ניט קיין נאָכגיביקער, א שטרענגער און א בייזער. האָט אף מיר קיין פאריבל ניט... איך האָב ליב דעם עמעס, וי ביטער ער זאָל ניט זײַן, נאָר לייגט ניט קיין אכט אף מײַן װײַנערשן פּלאפּלען, געאָרגי גאװורילאָװויטש. מאלע-װאָס א פרוי זאָגט. זעצט זיך, ביטע, און פארזוכט אָט דעם קוואסאָק. --- און לאריסא מיטראָפאנאָוונא צעלאכט זיך אזוי רייצנדיק, אז אירע ביידע געסט ווייסן ניט מאמעש וי צו האלטן זיך.
טשאפּלינסקי קוקט מיט בעטנדיקע אויגן אף שטשעגלאָװיטאָוון און ווייסט ניט -- זאָגן צי ניט זאָגן, אז ער איז געקומען צוליב א נייטיקן איניען, און דאָ -- נא דיר גאָר פּלוצעם אזא באגעגעניש... די פרוי איז בעפיירעש א רייצנדיקע, אָבער דער מאָנאָלאָג איז געווען אזוי מעטוש- טעש און פארפּלאָנטערט און אזויפיל ביטערע טראָפּנס זײַנען אין אים געווען ארײַנגעקאפּעט... װאָס האָט זי געװאָלט, די דאָזיקע גענעראלשע? װאָס האָט זי געװאָלט פון אים?
נאָר אָט זיצן שוין שטשעגלאָװיטאָוו מיט טשאפלינסקין אף דער דראָזשקע. די גענעראלשע שטייט דערביי און שמייכלט. די דראָזשקע רירט זיך פונעם אָרט.
אין וועג האָבן ביידע געריכט-באאמטע ניט גערעדט צװישן זיך. שטשעגלאָװיטאָוו האָט גע- טראכט וועגן דער אלמאָנע קוידאנסקא, װאָס האָט מיט אזא בייזן פּאטאָס דערציילט וועגן בראנ- דאָרפן. ,אָט דער בראנדאָרף, --- האָט געקלערט דער יוסטיץ-מיניסטער, -- שטאמט מיסטאמע פון דײַטשן... ער קאָן אָנטאָן צאָרעס. מעגלעך, אז מע דארף פון אים װאָס גיכער פּאָטער ווערן..." אין דער צופאלנדיקער טונקלקײַט זעט שטשעגלאָװיטאָוו, װי טשאפּלינסקי האָט אונטערגעשפּארט דעם קאָפּ מיט ביידע הענט און די עלנבויגן שפּארן זיך אָן אף די קני. ער דרעמלט, דער פּראָ- קוראָר, צי עפשער קלערט ער אויך וועגן דעם זעלביקן? טשאפּלינסקיס קאָפּ הוידעט זיך און הוי- דעט זיך, וי עפּעס א פארגליווערטע מאסע.
באם פלאמענדיקן האָריזאָנט ראנגלט זיך די זון מיט דער אָנוואקסנדיקער טונקלקײַט, און דערפון איז די געגנט אײַנגעהילט אין א ברוין רויכל, װאָס טוליעט זיך אלץ נעענטער צו דער אופגעאקערטער ערד.
אפן אױטגעפאָרענעם שליאך קנאקט די דראָזשקע. דער פורמאן װעקט די אײַנגעדרעמלטע געגנט מיט מונטערע אויסרופן,
אין הויף פון דער פּאָסעסיע האָט מען ארײַנגעקנאקט. מיט א געהאָפּ און א געקנאל,
שװײַגנדיק זײַנען ביידע אראָפּ פונעם פאעטאָן.
בא דער אריינגאנג-טיר האָט שטשעגלאָװיטאָוו דורכגעלאָזט פאָרויס טשאפּלינסקין, וועלכער איז דערנאָך געבליבן שטיין און אויסגעווארט, ביז דער באלעבאָס װעט אויך אריינגיין.
אין הויז האָבן שוין געברענט לאָמפּן. אין איינעם א װײַטערן צימער, װוּהין זי זײַנען ארײַג- געקומען, איז געשטאנען א גרויסער טיש-לאָמפּ.
-- זיצט! -- פארבעט שטשעגלאָװיטאָוו זײַן גאסט. ער האָט גלײַך אראָפּגעװאָרפן דעם פּיד- זשאק און פאָרגעלייגט דאָס זעלבע טאָן אויך טשאפּלינסקין.
-- אזא היץ, געפערלעך!
צוגעגאנגען צום פענצטער, האָט דער באלעבאָס אופגעפּראלט עס מיט א העפטיקן שטויס.
19
עס האָט זיך ארײַנגעריסן א שטראָם פרישע לופט, װאָס האָט גענומען לעשן דעם לאָמפּ, כאָטש קיין ווינט האָט זיך ניט געפילט. -- דערציילט, -- דערהערט טשאפּלינסקי שטשעגלאָװיטאָווס הארטע באפעלערישע שטים. טשאפּלינסקי דערציילט, אז ער האָט באפוילן קוליאבקאָן ארעסטירן בייליסן. --- נו, און מאָטיוון? --- מאָטיוון? פאראן, אײַער עקסעלענץ, איידעס. עמעס, זיי אליין בײַטן יעדעס מאָל זייערע באװײַזן, נאָר מיט דער צײַט װעט אלץ צוגעגרייט װוערן און אלץ װעט זײַן גוט מאָטיווירט. טשאפּלינסקי באמערקט אן אומצופרידענע מינע אפן פּאָנעם פונעם יוסטיץ-מיניסטער. -- קומט אויס, אז ביז איצט האָט איר ניט געקאָנט איבערצײַגן דעם אױיספאָרשער און אלע אנדערע, װאָס פארנעמען זיך מיטן דערלערנען דעם מאָרד פונעם קריסטלעכן ייִנגעלע, אז דאָס איז אן איניען פון גאנץ רוסלאנד, --- האָט בייז געזאָגט דער מיניסטער. דער פּראָקוראָר איז געשטאנען װי א באשולדיקטער, ער האָט זיך געפילט, װי ער אליין זאָל געווען אָפּטאָן דעם גרעסטן פארברעכן. טשאפּלינסקי האָט פארשטאנען, װאָס שטשעגלאָװי- טאָוו װיל פון אים, נאָר ער האָט דערװײַל ניט ארױיסגעזאָגט אלץ, װאָס דער יוסטיץ-מיניסטער דערווארט פון אים, דעם פּראָקוראָר. ער האָט באמערקט, וי שטשעגלאָװיטאָוו האָט נערוועז און בייז ארומגעשפּאנט איבערן צימער און געגרייט זיך זאָגן עפעס וויכטיקס. דעריבער פויעלט בא זיך דער פּראָקוראָר, אז בעסער װעט זײַן, ער זאָל אליין פארלויפן דעם וועג. יאָ, דאָס איז געוויס גלײַכער, װועט דער מיניסטער ניט אזוי נערווירן און זיך בארויִקן. -- אײַער עקסעלענץ, -- זאָגט טשאפּלינסקי, --- גאָלוביאָוו האָט מיר מיטגעטיילט, אז ער איז געווען בא אײַך... --- געווען... -- שטרענגט זיך אָן שטשעגלאָװיטאָוו. פארן פּראָקוראָר איז ניט קלאָר אָט דער אָפּגעהאקטער ענטפער. ווייסט ער װײַטער דעם אָנגעהױבענעם שמועס. טש שלאָגן. ער פילט, וי די באקן האָבן זיך צע -- איך זאָג, געאָרגי גאװורילאָװויטש, ,געווען"... און איר דארפט שטע: ֹ פארבינדונג מיט די אָרגאניזאציעס, װאָס מיר זאָגן ועגן זײי, אז זיי זײַנען עכטע נאציאָנאל- רוסישע. איר פארשטייט מיך? -- יאָ, יאָ, -- באָמקעט אונטער טשאפּלינסקי. -- ...און איר דארפט וייניקער זיך צוהערן צו די לאמענטאציעס פון די צײַטונגען, די העסענס מעגן װאָיען בא זיך אין זייערע אָרגאנען, און איר הערט זיך װאָס ווייניקער צו צו זי -- יאָ, יאָ, אײַער עקסעלענץ... -- באװײַזט דער פּראָקוראָר קוים אונטערצוכאפּן. -- די געזעצן שרײַבן מיר, און מיר גיבן זיי ארויס, ניט די צײַטונגען... -- זאָגט װײַטער שטשעגלאָװיטאָוו. נאָך א קליינער פּאוזע זעצט פאָר דער יוסטיץ-מיניסטער: -- איך מוז אײַך פארטרויען איינעם א סאָד, געאָרגי גאװרילאָװיטש. מיט דעם קיעװער איניען האָט זיך פארינטערעסירט זײַן מאיעסטעט, דער גאָסודאר-אימפּעראטאָרג אליין... --- איך ווייס, איך ווייס, איוואן גריגאָריעװויטש. -- איר ווייסט? פונוואנען ווייסט איר עס? ער האָט עס אייַך געקאָנט פארטרויען, אז קיינער ווייסט ניט, כוץ מיר... טשאפּלינסקי איז בלייך געװאָרן. זאָל זײַן, ער איז דורכגעפאלן? װאָס האָט ער אזוינס געזאָגט? -- איך האָב געמיינט צו זאָגן, אײַער עקסעלענץ, אז פאר מיר איז פארשטענדלעך, אז זײַן אימפּעראטאָרישע מאיעסטעט האָט זיך פארינטערעסירט מיט דעם דאָזיקן איניען, -- פארענט- פערט זיך טשאפּלינסקי. --- עס גייט דאָך אין די אינטערעסן פון דער אימפּעריע. -- איז הערט אויס, הער פּראָקוראָר, ס'איז העכסט נייטיק, מיר זאָלן קאָנען שטרענג אָפּ- ענטפערן אלע די, װאָס פּרוּוון זיך אין דער מעלוכע-דומע אופהייבן די פראגע וועגן פארברייטערן די ;טשערטא אָסעדלאָסטי*? פאר דער ייִדישער באפעלקערונג, טשאפלינסקי קוקט דעם מיניסטער גלײַך אין פּאָנעם ארײין, װי ער זאָל װועלן אײַנזאפּן אין זיך יעדן ארויסגעבראכטן קלאנג. -- איר האָט פארשטאנען, געאָרגי גאוורילאָװיטש? -- געוויס, געוויס, אײַער עקסעלענץ. -- און דאָ פאלט אײַן דעם פּראָקוראָר צו פרעגן באם
ניט, װי צו פירן אפּלינסקי האָט זיך פארלוירן, א שווייס האָט אים בא" פלאמט.
1 דער קײיסער; = טכום:האמוישעוו. ערטער, װוּ די צארישע מאכט האָט דערלויבט װוינען ייִדױ
20
יוסטיץ-מיניסטער. -- מיט װאָס קאָן מען דערקלערן די פּאָזיציע, װאָס עס' האָט פארנומען די צײַטונג ,,קיעווליאנין"?
דער מיניסטער האָט צענומען די הענט: ער ווייסט ניט.
-- אונדזערע א צײַטונג און פאלשעוועט אזוי. ,ניטאָ קיין ריטואל בא ייִדן...* אזוי פאלשע- ווען... וער האָט זיך געקאָנט ריכטן? -- גיט צו טשאפּלינסקי.
-- יאָ, דערװײַל איז ניט פארשטענדלעך איר באציונג. דערװײַל... -- דער מיניסטער האָט צוגעגלעט די האָר, װידער צענומען די הענט און פילדײַטיק זיך צעשמייכלט: -- און עפשער איז ריכטיק, װאָס מע זאַגט... מע זאָגט, אז די צײַטונג האָט באקומען א גרויסע סובסידיע פון ייִדישע אָרגאניזאציעס. זיי... די דאָזיקע אָרגאניזאציעס, זײַנען אף אלץ פיייִק, פארגעסט ניט, אז ס'איז א וועלט-אָרגאניזאציע. בא אונדז אין רוסלאנד --- באראָן גינזבורג, פּאָליאקאָװו, װויסאָצקי, בראָדסקי, און אין אויסלאנד --- באראָן ראָטשילד...
-- װאָס רעדט איר, איוואן גריגאָריעוויטש? דמיטרי איוואנאָוויטש פּיכנאָ, דער רעדאקטאָר פון , קיעווליאנין", איז ניט קיין מענטש, וועלכן מע זאָל קאָנען אוּנטערקויפן...
-- זאָגט עס ניט, געאָרגי גאװורילאָװיטש. די קראפט פון מעטאל... אַ!
דער פּראָקוראָר איז אנשוויגן געװאָרן. דער מיניסטער האָט עטװאָס פארזשמורעט דאָס לינקע אויג און אופגעהויבן א פינגער.
-- יענע קרײַזן, -- האָט ער פאָרגעזעצט, -- די מאסאָן-אָרגאניזאציעס, קאָנען מיט גאָלד פארקישעפן ניט נאָר אזעלכע, וי אײַער רעדאקטאָר פון ,קיעווליאנין" פיכנאָ.
דער פּראָקוראָר האָט, נאטירלעך, אפילע אין די מאכשאָװעס מער ניט געקאָנט דערווידערן דעם מיניסטער. קעדיי ארױסצוּװײַזן טרײַשאפט און איבערגעגעבנקײַט דעם גאנצן איניען, אין וועלכן דאָס גאָרע רוסלאנד איז פארינטערעסירט, האָט דער פּראָקוראָר ארויסגענומען א שטיפטל פון זײַן זומערדיקן לײַכטן פּידזשאק, אויסגעצויגן די האנט נאָכן בלאָקנאָט, װאָס איז געלעגן אפן טיש, א בלאָקנאָט, געקאָװעט אין א שווערן בונד מיט פיר זילבערנע דרײַעקן בא די שפּיצן, און אײַלנדיק אָנגעװאָרפן א קורצע שיפרירטע טעלעגראמע: ,ארעסטאָוואן לי מענדעל?"ג. באוויזן זי שטשעגלאָװיטאָוון, האָט דער פּראָקוראָר געבעטן עקסטרע שיקן עמעצן פון די פּאָסעסיע-דינער צו דער באן-סטאנציע אָפּשיקן די טעלעגראמע.
שטשעגלאָװיטאָוו האָט א קלונג געטאָן אין גלעקל, איבערגעגעבן דעם ארײַנגעקומענעם קאמערדינער דאַס פּאפּיר. מ'איז זיך פאנאנדערגעגאנגען אין די צימערן, זיך אױיסגעטאָן און אײַנ- געשלאַפן מיט א גוט געמיט.
אינדערפרי האָט אפן טיש אין אופנאם-צימער געווארט א טעלעגראפישער ענטפער, אדרע- סירט טשאפּלינסקין: ,מענדעל ארעסטאָוואן פּאָריאדקע גאָסודארסטװענוי אָכראני??2.
באוויזן די טעלעגראמע דעם מיניסטער, האָט טשאפּלינסקי געזאָגט:
-- אבי ס'איז שוין פאראן דער מענטש, װעלן מיר אן ארטיקל אינעם קאָדעקס פון דער רוסלענדישער אימפּעריע אויסגעפינען פאר אים...
דער מיניסטער האָט צופרידן געשמייכלט.
צווייטער טייל
ניקאָלײַ דער צווייטער אין קיעוו
שוין עטלעכע טעג װײַלט אין קיעוו דער רוסישער סאמאָדערזשעץ ניקאָלײַ ראָמאנאָו מיט די מיטגלידער פון זײַן מישפּאָכע. געקומען אהער איז ער צום אנטהילן א מאָנומענט דעם זיידן זײַנעם אלעקסאנדער דעם צוייטן. די שטאָט האָט זיך פיבערדיק געגרייט צו דער דאָזיקער געשעעניש. באזונדערס האָבן אופגעלעבט די מאָנארכיסטישע אָרגאניזאציעס און אלע שווארצ- מייעדיקע גרופּעס פון קיעוו.
1 צי איז ארעסטירט מענדל?; 2 מענדל איז ארעסטירט אין אָרדענונג פון. פארהיטן די מעלוכע-איגטערעסן.
21
/ צווישן די איינגעלאדענע, װאָס זיינען געקומען אין סאָכרים-גאָרטן אף דער צערעמאָניע | פון באגעגענען זײַן אימפּעראטאָרישע מאיעסטעט, איז אויך געװען דער זשורנאליסט איסײַ 1 כאָדאָשעו. אומגעריכט האָט ער דאָ דערזען נאסטיע שישאָווא מיט דעם ארבעטער פּעטראָ ( קאָסטענקאָ.
אין שטופּעניש און געדראנג האָט וולאדימיר גאָלוביאָװו מיט זיינער א גרופע סטודענטן גענישטערט צווישן אוילעם, אײַנגעקוקט זיך אין די פּענעמער, זיך געטשעפּעט צו אזעלכע, / װאָס האָבן ארויסגערופן א פארדאכט. דער פארנאכט האָט זיך שוין גענומען אָנרוקן, ווען אין גאָרטן האָט זיך באוויזן דער אימ- פּעראטאָר ניקאָלײַ דער צוייטער מיט ביידע טעכטער אין דער באגלייטונג פון זײַנע היפ- לײַט -- דעם פאָרזיצער פון מיניסטאָרן-ראט סטאטס-סעקרעטאר פּיאָטער ארקאדיעוויטש סטאָ- ליפּין און אנדערע הויכגעשטעלטע פּערזאָנען.
גאָלוביאָװו מיט זיַנע אָדלערס האָבן גענומען שרייען ;הורא?. די געשרייען זייַנען אונטער- געכאפּט געװאָרן און זיך אוועקגעקויקלט איבער די בארג-שיפּויַם אזש צום פּאָדאָל,
כאָדאָשעװו האָט געװאָלט זיך דורכשטופּן נעענטער צום קייסער, א קוק סאָן אים אין פּאָנעם. ער האָט זיך דערמאָנט: זייַן טאטע האָט אמאָל געזאָגט, אז ווען מע זעט דאָס ערשטע מאָל א קייסער, דארף מען מאכן א בראָכע.
פלוצעם האָט כאָדאָשעװו צווישן דעם האמוין ארום דעם קייסער באמערקט דעם פּראָקוראָר פון דער געריכט-פּאלאטע. ;אזוי... טשאפּלינסקי איז אויך דאָ!..*
און אָט איז דער שטאָט- גאָלאָווא, דער היגע גענעראל-גובערנאטאָר און נאָך און נאָך אָרטיקע קארפּנקעפּ. איסיי כאָדאָשעװו דערקענט זיי גאנץ גוט, ניט איין מאָל איז אים אויסגעקו- מען צו זען זיי בא פארשיידענע געלעגנהייטן.
אין שווערן געדראנג האָט מען כאָדאָשעװון צוגעשטויסן צו דער ארקע מיט די מעלוכע- הערבן, װווּ עס איז געשטאנען דער קייסער און מיט דער האנט אָנגעוויזן צו דעם קלויסטער אפן טרוכאנאָװו-אינדזל, װאָס איז געווען באהאנגען מיט פאָנען. עמעצער האָט א זאָג געטאָן, אז ווען עס װועט וװוערן פינצטער, וועלן די סלאָבאָדקע און דאָס טרוכאנאָוו-אינדזל באגאָסן ווערן מיט שײיַן פון אָן א שיר פילפארביקע עלעקטרישע לעמפּלעך.
אָבער דער טאָג איז נאָך ניט געווען גרייט אָפּצוטרעטן זײַן אָרט די אָװנטיקע פײַערן, די פארגייענדיקע זון האָט נאָך געדיכט געהויערט באם האָריזאָנט און צוגעגעבן דער גאנצער געגנט אן אויסטערליש אויסזען.
וי פיל אנדערע, װאָס זײַנען געקומען אהער, האָט איסײַ מיטגענומען א בינאָקל. ער האָט עס איצט צוגעשטעלט צו די אויגן און דערזען, וי גאָלוביאָוו שושקעט זיך עפּעס מיט טשאפּלינ- סקין און וי דער גאלעך סינקעוויטש האָט צוגעפירט א פרוי צום מאָנארך. = אלע פּענעמער, װאָס זײַנען געווען פריִער געווענדט צו דער זון, האָבן זיך אויסגעקערעוועט צו דער פרוי, וועלכע האָט פלינק אופגעהויבן דעם לײַכטן װוּאל, װאָס איז געווען אראָפּנעלאָזט א איבער איר פּאָנעם, און צוגעפאלן צום קייסערס פיס. פון אומגעריכטקײַט האָט דער קייסער זיך צוריקגעצויגן. איינער פון די הוױיפלײַט איז שוין גרייט געווען אָפּשטױסן די אזעסדיקע פרוי, אָבער טשאפּלינסקיס א װוּנק האָט אים באצײַטנס אָפּגעשטעלט. ס'איז געװאָרן שטיל. די פרוי האָט אף א קאָל זיך געווענדט צום קייסער: ' -- אײַער אימפּעראטאָרישע מאיעסטעט, איך װויל אויסדערציילן פארן טראָן דעם טרויער | פון א רוסישער מוטער, װאָס האָט אָפּגעלעבט א שווער, נאָר א ריין לעבן. צוליב א בילבל פון 1 אומווירדיקע פארקויפטע לײַט בין איך אָפּגעזעסן א לאנגע צײַט אונטער דער וואך און דערפאר ו פארלוירן מײַנע טײַערע קינדער זשעניע און וואליע. אף מיר איז געפאלן דער מוירעדיקער כשאד אינעם מאָרד איבער אנדריושע יושטשינסקי. בעט איך אײַך, אײַער אימפּעראטאָרישע מאיעסטעט, אין נאָמען פון די ליידן פון א מוטער, װאָס איז געבליבן פאריאָסעמט אָן קינדער, מיך באפרײיען פון דעם כשאד און פאראָרדענען, מע זאָל פאר מיר, פאר דער דװאָריאנקע ווערע טשעבעריאק -- א טרײַער דינערן פון דער קרוין -- אנטפּלעקן די נעמען פון די שרעקלעכע מענטשן, וועלכע רוידעפן מיך, איך זאָל איינמאָל פאר אלעמאָל זיך דערפילן פריי.
דעם בויגן פּאפּיר, װאָס האָט װוי אין פיבער געציטערט אין אירע הענט, האָט ווערע טשעבעריאק אוועקגעלייגט צום קייסערס פיס.
איינע פון דעם מאָנארכס טעכטער האָט מילד זיך אָנגעבױיגן צו דער פרוי, זי אופגעהויבן פאר די אקסלען און מיט פארטרערטע אויגן א קוק געטאָן צום פאָטער.
22
ניקאָלײַ האָט גנעדיק א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ.
פון הינטער גאָלוביאָווס פּלײיצעס האָבן זיך באוויזן זײַנע אָדלערס און אוועקגעפירט די פארוויינטע פרוי.
ווען דער אוילעם האָט זיך בארויִקט, האָט סטאָליפין צוגעפירט צום קייסער דעם קיעווער הױיפּט-פּראָקוראָר טשאפלינסקי.
עס איז צוגעפאלן דער אפדערנאכט, און אף יענער זײַט דניעפּער האָבן מיט פילקאָלירנדיקע פײַערן זיך אָנגעצונדן די רײַך-איליומינירטע סלאָבאָדקע און דאָס טרוכאנאָוו-אינדזל. אף פּאָדאָל האָט באזונדערס זיך אויסגעטײילט בראָדסקיס מיל, װאָס האָט אויסגעזען װי א סוידעספולער פיַערדיקער שלאָס.
פונעם געדעקטן פּאװיליאָן האָבן זיך דערהערט מוזיק-קלאנגען. דאָס האָט א כאָר פון הונדערטער שטימען אין דער באגלייטונג פון א סימפאָנישן אָרקעסטער אָנגעהױבן דעם קאָנ- צערט לעקאָװעד די הויכגעשטעלטע געסט.
דער מאָנארך און זײַנע הויפלײַט זײַנען געווען צופרידן.
אפן צווייטן טאָג איז טשאפּלינסקי געשטאנען פארן מאָנארך און אים דערציילט וועגן דעם בייליס-איניען. דער פּראָקוראָר האָט באזונדערס אונטערגעשטראָכן, אז דאָס איז א שרעקלעכער ריטועלער מאָרז.
דער קייטער האָט טאמעוואטע צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ. סאָפּקאָלסאָף האָט ער ארויסגעבראכט בלויז איין װאָרט און דערבײַ צוגעווונקען מיט זײַנע קאלטע, גרויע, וואסערדיקע אויגן:
--- דײיסטװויטיע!ז.
טשאפּלינסקי האָט זיך טיף פארנייגט און א צופרידענער פארלאָזט דעם קייסערס אפּאר- טאמענטן.
גאָלוביאָוו, וועלכער האָט געווארט אין דעם פּראָקוראָרס קארעטע, האָט געדריקט טשאפּ- לינסקין די האנט:
-- רוסלאנד װעט אײַך קיינמאָל ניט פארגעסן, געאָרגי גאװורילאָװיטש.
דער פּראָקוראָר האָט גאָרנישט ניט געענטפערט. אין הארצן האָט ער ניט איבעריק ליב געהאט דאָס דאָזיקע סטודענטל, װאָס איז גרייט געווען פארברענען מיט זײַן פּאטריאָטישן פײַער אלע אנדערע רוסישע מענטשן. ,א יונגער האָן און א געפערלעכער פאר ערנסטע אקציעס", -- האָט געקלערט טשאפּלינסקי.
א סאך האָבן געװוּסט, אז סטאָליפין, וועמען מע האָט פאר זײַן הארבקײיַט צוגעגליכן צום דײַטשישן , אײיזערנעם קאנצלער" ביסמארק, איז אהער געקומען, קעדיי דורכצופירן אייניקע מאָסמיטלען בענעגייע דער זעמסטוע, און אז ער װערט אופמערקזאם אָפּגעהיט מיצאד דער אָכראנקע און די פּאָליציי-אָרגאנען.
ניט צופעליק איז די נעסיע פון דעם פרעמיער-מיניסטער צונויפגעפאלן מיטן וויזיט פון דער צארישער פאמיליע קיין קיִעוו. סטאָליפּין האָט גוט געװוּסט, אז דעם קייסערס אװטאָריטעט װעט אים פרײי מאכן דעם וועג פאר אלע זײַנע פארטראכטן.
די אומרוען, די קאָלאָטוכע און סומאטאָכע, װאָס די רעאקציאָנערע און שווארצמייעדיקע עלעמענטן האָבן ארויסגערופן אין צוזאמענהאנג מיטן מאָרד איבער אנדריי יושטשינסקי, זײַנען געוואקסן פון טאָג צו טאָג און פארסאמט די לופט. װי נימעסע ווערעם, זײַנען די קלאנגען גע- קראָכן פון אויער צו אויער, --- דער פּאכעד פאר א פּאָגראָם, װאָס האָט געזאָלט אָט-אָט אויס- ברעכן, האָט פארוויסט דאָס לעבן פון א סאך מענטשן. די מער פארמעגלעכע און רײַכע ייִדישע מישפּאָכעס האָבן זיך געגרייט אװעקפאָרן קיין טיף-רוסלאנד אָדער קיין אויסלאנד.
ווען קיין קיעוו איז אָנגעקומען די צארישע פאמיליע, האָט די באפעלקערונג טײלװיַז זיך בארויִקט: אין דער אָנװעזנהײַט פונעם קייסער װעלן די אופגערייצטע כוליגאנעס דאָך ניט וואגן באפלעקן זײַן וויזיט מיט שאנד. די באפעלקערונג האָט געגלייבט אין רײנקײַט, אָרנטלעכקײַט און מענטשלעכקייַט און, פארשטייט זיך, ניט געקאָנט וויסן, אז די דאָזיקע הויכע צארישע פּער- זאָן האלט אונטער סטאָליפּינס פּלענער; אז אף די געזעץ-פּראָיעקטן, וועלכע זײַנען געװענדט קעגן די אינאָראָדצעס, שרייבט דער מאָנארך:
טיט
1 דאָ: טוט, װאָס מע דארף.
23
1 /
סב
.אי :יש לעיאר 014
ר נישיט.. + = , 5.-?
,2ו22061ח00 6800206 ,עאװעטאנ00 אסמוצק 8 1272680 66602206 ,עא208020601800ץ ס ההזוף6 .1882 דסצס 22 אין קיעווער אָפּערע:טעאטער האָט מען הײיס אופגענומען רימסקי-קאָרסאקאָװוס אָפּערע ;סקאזקא אָ צאריע סאלטאניע"?. דער אופגעלייגטער אוילעם -- הויכגעשטעלטע טשינאָוװוניקעס און מיליטער-לײַט, האָבן עטלעכע מאָל זיך אופגעהויבן פון די ערטער, זיך אויסגעקערעװועט צו דער צארישער לאָזשע און מיט הורא-אויסגעשרייען באגריסט דעם קייסער און זײַנע
באגלייטער. אין טעאטער האָט זיך געפונען א היפשע וואך פון זשאנדארמען, פּאָליצײי-לײַט און געהיימע אגענטן.
אין דער ערשטער ריי פון פּארטער איז אין דער ארומרינגלונג פון זיינע געהילפן און אדיו" טאנטן געזעסן דער סטאטס-סעקרעטאר, פאָרזיצער פון מיניסטאָרן-ראט -- סטאָליפּין. בייס דעם צווייטן אנטראקט, ווען דער פּרעמיער-מיניסטער איז געשטאנען לעבן באריער פון אָרקעסטער מיטן פּאָנעם צום אוילעם און געשמועסט מיט עטלעכע מענטשןן, װאָס האָבן אים ארומגערינגלט, האָט א מאנצבל אין א פראק, ארײַנקוקנדיק אין דער פּראָגראם פון ספּעקטאקל, זיך דערנעענטערט צו דער ראמפּע. קיינער האָט ניט באמערקט, װי דער מענטש האָט ארויסגע- כאפּט פון קעשענע א בראונינג. צוויי זי טרוקענע קנאלן האָבן בייז א קלונג געטאָן, סטאָ- ליפּין האָט מיט דער לינקער האנט זיך אָנגעכאפּט פאר דער רעכטער זײַט ברוסט און שװער זיך אראָפּגעלאָזט אף א שטול. די ר האנט איז בא אים פארגאָסן געװאָרן מיט בלוט. עטלעכע מענטשן האָבן אים אונטערגעכאפט און אף די תבט אװעקגעטראָגן צום ארויסגאנג אין דער פּאניק, װאָס האָט זיך אופגעהויבן אין טעאטער, האָט מען דערהערט אויסגעשריין ען -- א טויט דעם מערדער! -- א טויט דער קראמאָלע! דער פאָרהאנג האָט זיך אופג יי א ציטעריק בלאסער, האָט דער קייסער זיך דערנעענטערט צום באריער פון דער לאָזשע מיט א געמישט געפיל פון פּאכעז ד און אומזיניקער באגייסטערונג האָ ו בינע זיך אוועקגעשטעלט אף די קני און אָנגעהויבן זינגען ,באָזשע, צאריא כראני". אויל לעם האָט מיט צונויפגעלייגטע הענט, וי בייס טפילע טאָן, אונטערגעהאלטן דעם הימן. פארגליווערטער, מיט ציטעריקע הענט אָנגעשפּארט אין באריער פון דער לאָזשע, האָט דער קייסער ניט געװוּסט, אף וועמען פּריִֶער צו קוקן, -- אף די טעכטער, װאָס זײַנען געשטאנען לעבן אים, צי אף די מענטשן, װאָס האָבן אין געבעט געצויגן די הענט צו דער לאָזשע. פּרי- טשמעליעט פון די הורא-"געשרייען, האָט ער ניט געװוּסט, צי זאָל ער בלײַבן שטיין דאָ, צי װאָס גיכער אנטלויפן פון דעם פארשאָלטענעם אָרט. דער טעאטער האָט געפיבערט, געציטערט פון אופרעגונג, אופטרייסלונג און דערשרעק. אין עטלעכע מינוט ארום האָט אין דער צארישער לאָזשע זיך באוויזן דער היגער גובערנא- סאָר. דער קייסער מיט זײַן סוויטע זײַנען פארשוווּנדן. אינגיכן איז צום טעאטער צוגעפאָרן א קארעטע פאר גיכער הילף. מ'האָט פאָרזיכטיק איבער- געטראָגן אהין סטאָליפּינען און פּאמעלעך אים איבערגעפירט אין מאקאָווסקיס שפּיטאָל. דאָרט האָט דער פארװווּנדעטער פּרעמיער-מיניסטער פארלאנגט, מע זאָל איבערגעבן דעם גאָסודאר- אימפּעראטאָר, אז ער איז גרייט צו שטארבן פאר אים. אױיסגעשאָסן, האָט דער אומבאקאנטער רויָק זיך געלאָזט צו איינער פון די ארויסגאנגס- טירן, אָבער עטלעכע אָפיצערן, וועלכע זײַנען אים נאָכגעלאָפן און געכאפּט, האָבן אייניקע מינוט זיך געראנגלט מיט אים. איינער פון די אָפיצערן האָט מיט א שאשקע אים א זעץ געטאָן איבערן שארבן און לײַכט פארװוּנדעט. ערשט דעמלט האָט דער מענטש זיך געלאָזט בינדן. דאָס איז געווען א הויכער, מאָגערער מאנצבל מיט עטװאָס קורצזיכטיקע אויגן. ער האָט בעשום-אויפן ניט געװאָלט זאָגן, װער ער איז. באלד איז אונטערגעקומען דער שעף פון דער אָכראנקע פּאָדפּאָלקאָווניק קוליאבקאָ. ער האָט א קוק געטאָן אפן פּארשוין און אראָפּגעלאָזט אים צוויי פּעטש אין ביידע באקן. -- דאָס איז דאָך דמיטרי באָגראָוו, געהילף פון פּריסיאזשני פּאָװערעני! -- האָט קוליאבקאָ דערקלערט די אָפיצערן. --- אזא אױיסװוּרף!
1 ,געלייענט מיט פארגעניגן", דאָס הארץ פונעם קייסער איז אין גאָטס הענט", ,פולשטענדיק אײַנשטײ מיק", ,אזוי זאָל עס זײַן".
? ,דאָס מײַסעלע וועגן דעם קייסער סאלטאן". 5 ,גאָט, היט דעם קייסער".
24
קוליאבקאָ, דער זעלביקער, װאָס האָט ארעסטירט בייליסן, האָט איצט, א צעבויטעטער, מיט אן אײַנגעבראָכן-אופגערעגטער שטים באפוילן אָפּפירן דעם מערדער אין אָכראנקע.
אינגיכן איז באָגראָוו, א צעהארגעטער, אין צעריסענע קליידער, געזעסן אין קוליאבקאָס קאבינעט. דער פאָדפּאָלקאָוניק האָט מיט קאס געשריַע:
-- איך ווייס, ביסט א זשיד, אָבער איך האָב וועגן דעם זיך געמאכט ניט וויסנדיק... --- און נאָך א פויזע: -- האָסט מיך געפירט פאר דער נאָז, באָגראָוו, ביסט אן אױיסװוּרף!
באָגראָוו האָט געשוויגן.
קוליאבקאָ האָט, פארשטייט זיך, כאראָטע געהאט, װאָס ער פּערזענלעך האָט געגעבן באָגראָוון א בילעט אין טעאטער אף דער פאָרשטעלונג. באָגראָוו האָט צוגעזאָגט כאפּן דעם טעראָריסט, וועלכער האָט, קלוימערשט, זיך געיאָגט נאָך סטאָליפּינען צו מאכן אף אים אן אטענטאט. איצט, ווען קוליאבקאָ איז געבליבן צום נאר און געװוּסט, אז ער װעט פאר זײַן אומפאָרזיכטיקײַט דארפן ענטפערן פאר דער העכערער נאטשאלסטוע, האָט ער געװאָלט װויסן די סיבע, פארװאָס באָגראָוו האָט אים אזוי גענארט.
-- קיינער איז דאָך דאָ ניטאָ, איז זאָג, מיטיא, דערצייל, װאָס האָב איך דיר אזוינס געטאָן, װאָס דו ביסט זיך אזוי באגאנגען מיט מיר?
באָגראָוו שווייגט.
-- האָסט געקאָנט מאכן א גלענצנדיקע קאריערע, דו אױיסװוּרף! ביסט אלט אינגאנצן אכט און צוואנציק יאָר, דײַן לעבן האָט זיך ערשט אָנגעהויבן... װאָס שווייגסטו?..
באָגראָוו שווייגט.
-- דו ווייטט, אז איבער דיר הענגט מייַן לעבן אף א האָר?..
-- איך ווייס, הער זשאנדארמסקי פּאָדפּאָלקאָװניק. איך בין געווען א מיִעסער פּראָװאָקא- טאָר, כ'האָב פאראטן מיינע געוועזענע קאמפס-כאוויירים. איר װעט מיך ניט פארשטיין, איך האָב זיי פארקויפט. האָב איך געװאָלט אויסקויפן מיינע זינד. נאָר סײיװי: בא זיי אין די אויגן בלײַב איך א פּראָװואָקאטאָר, א הונט. איך האָב געװאָלט זיך פארענטפערן, נאָר איר װעט מיך ניט פאר- שטיין, און זי --- די כאוויירים מײַנע --- װועלן מיר ניט מויכל זײַן. איך בין געווען א פארקויפטע נעשאָמע. און איצט? איך קאָן אף אײַך ניט קוקן, זשאנדארמישע מויז... פירט מיך, פירט מיך צו דער טליִע. רוסלאנד װועט מיר פארגעבן... רוסלאנד!
קוליאבקאָ האַט זיך אָפּגעקערט פון באָגראָוון:
--- װאָס פילאָסאָפירסטו, פּראָװאָקאטאָר?.. אלציינס ביסטו שוין פארפאלן.
באָגראָוו האָט אים איבערגעשלאָגן:
--- קוליאבקאָ, סטאָליפין לעבט נאָך?
-- אך דו, בעסטיע, -- שאָקלט דער פאָדפּאָלקאָװוניק מיטן קאָפּ, --- נאָך דאָס זאָל איך אים זאָגן! מיינסט, אז אָן אים װועט מען מיט דיר ניט קאָנען זיך צערעכענען?
-- ערשטנס, בעט איך מיך ניט דוצן. איך בין דמיטרי באָגראָו, און איר זײַט ניט מער... אָבער לאָמיר בעסער ניט רייצן די גענדז...
אפגיך זיך דורכגעשפאנט איבערן צימער, איז קוליאבקאָ װוידער צוגעגאנגען צו דער שאפע, ארויסגענומען א פלאש מיט וװײַן, אָנגעגאָסן אין א גלאָז און צוגערוקט נעענטער צו באָגראָוון, וועלכער האָט ערשט איצט גענומען אָפּװישן דאָס פארגליווערטע בלוט פונעם שטערן.
-- יענער הונט האָט דיר געטראָפן מיט דער שאשקע, --- זאָגט מיטפילנדיק קוליאבקאָ.
באָגראָוו קערט זיך אָפּ.
-- גלייבסט ניט, אז איך באדויער דיך? -- פרעגט שטיל דער זשאנדארם.
--- ניין, דיר גלייב איך ניט. --- באָגראָוו שטרײַכט אונטער דעם דיר.
-- אָהאָ! איז עפשער װעסטו מיט מיר אויסטרינקען אף ברודערשאפט? -- האָט קלוימערשט זיך דערפרייט קוליאבקאָ.
-- אז דו װעסט מיר זאָגן, ויאזוי פילט זיך סטאָליפּין, ביז מע װעט מיך.. -- באָגראָװו װײַזט מיט דער רעכטער האנט אף דער סטעליע און קנאקט צו מיט דער צונג. -- ביז מע װעט אף מיר פארציִען דאָס שטריקל... װעלן מיר מיט דיר אויסטרינקען אף ברודערשאפט. זאָלסט וויסן, אז איך האָב דיר צו דערציילן א סאך זאכן, װאָס װעלן דיר צוניץ קומען צו דײַן װײַטער- דיקער קאריערע...
-- צו מײַן קאריערע... -- שמייכלט דער פּאָדפּאָלקאָװניק, גלײַכט זיך אויס און הייבט אונ- טער די אקסלען. דאָס טרוקענע פּאָנעם זײיַנס װוערט טרויעריק. -- מײַן קאריערע איז שוין א געענדיקטע... -- נאָך א קליינינקער פּוזע זעצט ער פאָר: --- און דו, מיטיא, אפילע פארן טוט הערסטו ניט אוף מיך צו שאנטאזשירן...
29
-- איך שאנטאזשיר ניט, ערנװאָרט.
-- ערנװאָרט? בא דיר איז דען פאראן אן ערנװאָרט? -- צעלאכט זיך קוליאבקאָ.
-- איך באדויער שטארק, קוליאבקאָ, װאָס כ'האָב ניט אויסגעפילט מײַן פּריִערדיקן פלאן. דיך האָב איך דאָך געדארפט פריִער שיסן, און ערשט דערנאָך...
-- דאָס קאָן ניט זײַן, מיטיא. אזא קאט ביסטו?
-- מעגסט דאנקען גאָט, װאָס כ'האָב דיך געשאנעוועט...
-- אויב אזוי, װועל איך דיר זאָגן דעם עמעס, -- װערט קוליאבקאָ קלוימערשט צוגע- לאָזט. --- די קויל איז ארײַן אין רוקנביין און פארטשעפּעט די לעבער.
-- אין רוקנביין?.. פארטשעפעט די לעבער?.. -- באָגראָוו ווערט יאָמטעװודיק געשטימט. -- איז װאָס זשע שװוייגסטו, הער זשאנדארמסקי פּאָדפּאָלקאָװניק? אויב דו װעסט מיר ברענגען די פריידיקע יעדיִע, אז סטאָליפּין איז שוין מער ניט קיין אײַנװױנער אף דער-וועלט, װעל איך דיר דערציילן א סאָד, ויאזוי דו זאָלסט זיך אויסהיטן פונעם טױט.. מע יאָגט זיך נאָך דיר, הער פּאָדפּאָלקאָווניק...
באָגראָוו האָט באמערקט, אז דער זשאנדארם איז בלייך געװאָרן, און נאָך בייזער א זאָג געטאָן:
-- און ניט בלויז דו איינער, אויך אנדערע זײַנען פארמישפּעט צום טויט...
-- ווער האָט פארמישפּעט?! --- שרײַט אויס קוליאבקאָ.
-- מיר... מיר... מיר... הער פּאָדפּאָלקאָװניק, -- כאזערט איבער באָגראָוו און זעצט זיך אוועק אף קוליאבקאָס שטול, נעמט די גלאָז אין דער האנט און טרינקט פּאמעלעך אויס דעם װײַן פארזשמורענדיק די קורצזיכטיקע אויגן.
-- ווער איז דער ,מיר"? דערצייל, באָגראָו, --- איז קוליאבקאָ מילד געװאָרן. --- איך האָב פאר דיר ניט איין געפעליקײַיט געטאָן...
-- אײַערע געפּעליקײַטן... פאר זיי גיי איך פון דער וועלט... -- באָגראָוו לאָוט אראָפּ נידע- ריקער דעם קאָפּ. -- דו קאָנסט דען פארשטיין, װאָס עס באטיײיט א ריין געויסן, הער פּאָד- פּאָלקאָװניק?..
-- כ'האָב ניט געװוּסט, אז דו ביסט נאָך דערצו א פילאָסאָף, געמיינט, בלויז א פּראָװאָקא- טאָר, גאָספּאָדין כּריסיאזשני פּאָװוערעני מאָטעל באָגראָוו...
-- א פּראָװאָקאטאָר צי ניט קיין פּראָװאָקאטאָר... פאר דײַן שמאָל קעפּעלט איז סײַװוי שווער צו באנעמען, װאָס איז אזוינס געוויסן. --- באָגראָוו װוערט רויִק, זײַנע ציטעריקע ליפן ברענגען ארויס ווערטער, פון וועלכע ער דערפילט ויך כאָשעװער: -- איך האָב אויסגעקויפט מײַנע זינד, מײַן געפאלנקײַט... מײַן נעשאָמע איז איצט ריין...
-- ווידער בעבעסטו, -- שלאָגט אים איבער דער זשאנדארם. --- שטיי אוף פון מײַן שטול, ביסט א שרעקלעכער מעלוכע-פארברעכער!
-- ס'איז נאָך ניט אלץ... דײַן גאָסודאר-אימפּעראטאָר... װועט מען אויך פּיף-פּאף...
-- װאָס רעדסטו?.. -- דערשרעקט זיך קוליאבקאָ. -- זאָג מיר, מיטינקע, מיטיא... ווער?.. ווען?.. וווּ?..
-- איך װעל זאָגן, ווען דו װעסט מיר ברענגען די יעדיִע וועגן סטאָליפּינס טויט.
ס'איז שוין טיף אין דער נאכט. קוליאבקאָ טוט א קלונג, און אן ארײַנגעקומענער וואכמאן פירט אוועק באָנראָװן.
,,;,,, ...:::::-------------פאכעד און פּאניק
נאָך באָגראָווס שאָס אין סטאָליפּינען האָבן די ,סאָיוזניקעס" און די פּארשוינדלעך פון עדוווגלאווי אָריאָל" באשלאָסן, אז איצט איז געקומען די עמעסע צייַט אף צערעכענען זיך מיט אלע זייערע סאָנים. די פּאָליצײ און זשאנדארמעריע איז געקראָכן פון דער הויט: געכאפּט מענטשן אף דער גאס און געמאכט אָן א שיר אונטערזוכונגען אין די הײַזער, געזוכט וועמען צוטשעפּען צו באָגראָוון פאר א שוטעף. באזונדערס איז געווען אקטיוו קוליאבקאָ, כאָטש ער האָט זיך געפילט שולדיק, װאָס ער האָט פארטרויט באָגראָוון געווער. ער האָט געווילדעװועט, זיַנע אונטערטעניקע זייַנען געפאלן פון די פיס. געװאָלט נויסע-כיין זײַן באם דערצאָרנטן שעף, האָבן זיי, ווי צערייצטע כײַעס, זיך געװואָרפן אף מענטשן אין די גאסן,
אין גרעטער-קריוואנעק-זאװואָד איז קוליאבקאָ געקומען מיט א גאנצער כאָפּטע זשאנדאר- מען און פּאָליצײי-לײַט, איבערגעקערט װוּ א ווינקל,
26
ניקיפּאָר פיליפענקאָ -- א יונגער אָפּגעלאָזטער פּארשוין, וועמען די ארבעטער האָבן שוין לאנג כוישעד געווען אין ניט קיין לײַטישער אופירונג, האָט דערפילט, אז זײַן צײַט איז געקו- מען... נאָך אינדערפרי איז ער אוועק צום זשאנדארמסקי פּאָדפּאָלקאָװניק און אײַנגערוימט אים וועגן פּעטראָ קאָסטענקאָ: ער פירט זיך ארום מיט עפעס א קורסיסטקע, װאָס איז געקומען פון פעטערבורג. איז מען טאקע די נאכט ארײַנגעפאלן צו קאָסטענקאָן אין שטוב, אָבער קיין שום פארדעכטיקס ניט געפונען און אים ניט געטשעפּעט. קאָסטענקאָ האָט זיך געסטארעט אין די אומרויק-צעבויטעטע טעג זיך ניט טרעפן מיט אנאסטאסיע שישאָווא. און יענע איז שטיל און פארטײַעט איבערגעזעסן אין שטוב און מיט גרויס אופמערקזאמקײַט זיך אײַנגעהערט אין צע- רודערטן א און דויפעק פון דער שטאָט.
לוט דעם ברודערס אופגעלעבטקײַט און פארהאװועטקײַט האָט נאסטיע געפילט און פאר- שטאנען, אז עפעס גרייט זיך גרויזאמס. דעריבער איז זי געווען פאָרזיכטיק און געזען ניט צו טרעפן און ניט צוזאמענשטויסן זיך מיטן צעבאלעװועטן און אופגערעגטן אנאטאָלי. זי האָט פון הינטער איר פארמאכטער טיר געהערט דאָס קאָל פון גאָלוביאָוס אָנהענגער, געהערט, װי די מוטער האָט געװאָרנט דעם זון, ער זאָל ניט קריכן אין פײַער ארײַן.
-- טאַליע -- האָט נאסטיע געהערט, װי די מאמע בעט זיך, -- פארגעס ניט, אז דו לערנסט זיך אין אוניערס יטעט פון הייליקן וולאדימיר, היט דאָס געזונט...
-- די ייִדן האָבן געהארגעט סטאָליפינען. זיי האָבן געװאָלט הארגענען דעם גאָסודאר-אימ- פּעראטאָר און געטראָפן אין סטאָליפּינען, -- האָט טאָליע געענטפערט, -- דאָס האָבן געטאָן די זעלביקע הענט, װאָס האָבן פארפּײַניקט יושטשינסקין...
אין דער קווארטיר באם קיעווער ציינדאָקטער יויסעף ראטנער איז אין יענעם טאָג, ווען סטאָליפין איז געשטאָרבן פון די װוּנדן, אויך געװאָרן פּכאָדימדיק-שווער און אומגעהייער אומ- רוֹיִק. ניומע איז ווידער א צעמאזיקטער געקומען פון גימנאזיע.
-- א שיין יאָר האָט זיך אָנגעהױיבן, -- האָט באדויערט די מוטער. -- פאר אלע פינף טעג, זינט מ'האָט אָנגעהויבן לערנען אין גימנאזיע, איז נאָך קיין רויִקע מינוט ניט געווען.
דער פאָטער האָט אָנגעשטעלט די דערשראָקענע אויגן און ניט געװוּסט, װאָס צו זאָגן נעכטן איז בא אים אין שטול געזעסן דער מיטגליד פון געריכט-פּאלאטע און ניט געװאָלט ענט- פערן אף די פראגן פונעם ציינדאָקטער. װער איז עס דער באָגראָו, האָט געװאָלט וויסן דער דאָקטער. מע זאָגט, ער שטאמט פון ייִדן. איז אויב אזוי, װועלן די שווארצמייעניקעס שוין קאָנען טומלען.
דער מיטגליד פון געריכט-פּאלאטע האָט דאָס מאָל ניט געװאָלט ריידן וועגן דעם. אָט װועט ער די טעג וידער קומען, װעט ראטנער בא אים בעפיירעש פרעגן, װי קומט עס, אז אין די גימנאזיעס זאָל מען לאָזן ווילדעווען די כוליגאנעס? װאָס זשע, מע קאָן זיי גאָר ניט געבן איבער די הענט? וי נאָר עס הייבט זיך אָן א קאָכעניש אין שטאָט, קומט ניומע פון גימנאזיע א צעמא- זיקטער. גוט נאָך, װאָס מיט יאקאָוון האָט אין אוניווערסיטעט גאָרנישט ניט געטראָפן, דאָרט איז עפּעס שטיל געווען.
נאָר יאקאָוו איז אויך געקומען א צעקאָכטער און אופגערעגטער און דערציילט, װאָס הײַנט האָט זיך געטאָן אין די אאודיטאָריעס. קיין לעקציעס זײַנען ניט געווען, די סטודענטן-,סאָיוזני- קעס" האָבן ארומגערינגלט דעם פּראָפּעסאָר שאבאנאָוו און געשטעלט אים קאשעס:
-- נו, הער פּראָפּעסאָר, איז װאָס װעט איר אונדז זאָגן וועגן דעם, װי די ייִדןך--טעראָריסטן הארגענען די בעסטע רוסישע מענטשן, און װאָס קומט זיי פאר אזעלכע מײַסים לוט אײַער רוימישן רעכט?
-- װאָס זשע האָט ער געענטפערט? -- קאָן זיך ניט אײַנהאלטן דער ציינדאָקטער.
-- ווארט, ווארט, --- שלאָגט איבער דאָס װײַב, -- לאָז יאשענקען דערציילן.
יאקאָוו האָט ניט געענטפערט. דערנאָך האָט ער שטיל געזאָגט:
-- איצט קלײַבט מען זיך צונויף אפן סאָפּיִער פּלאץ, וויל איך אויך גיין אהין.
די מוטער האָט אָנגעכאפּט דעם זון פאר דער האנט:
-- איך זאָל אזוי געזונט זײַן, װי דו װעסט ניט גיין, איך װועל דיך ניט לאָזן. שוין גענוג, װאָס ניומע איז געקומען א צעקאליעטשעטער.
-- ס'וועט מיט מיר גאָרנישט ניט זײַן, -- שרײַט אויס דער גימנאזיסט, -- נא, זע, ס'איז שוין קימאט גאָרנישט ניטאָ. זאָל ער גיין, יאקאָוו, מע טאָר זיי ניט אָפּשװײַגף -- בייזערט זיך ניומע, און די אויגן ברענען בא אים.
ווען יאקאָוו איז שוין געווען פון יענער זײַט טיר, האָט די מוטער, ברעכנדיק די הענט, געטײַנעט צום מאן;
27
--- יויסעף, װאָס שטייסטו און שװײיַגסט? מיר פּאטערן אונדזערע קינדער...
א פארלוירענער איז דער צײנדאָקטער געשטאנען בא דעם פענצטער און נאָכגעקוקט, וי דער עלטערער זון האָט אוועקגעשפאנט אין דער ריכטונג פון סאָפּיִער פּלאץ.
דער פּלאץ איז געווען פול מיט מענטשן. פּארשוינען א די מיט גלײַך אונטער- געשוירענע האָר אף די קארקן האָבן געטראָגן קלויסטער-פאָנען, יעזוסעס בילדער; אף הויכע שטאנגען האָבן זיך געוויגט בלוי-רויט-װײַסע פאָנען.
אנאטאָלי שישאָוו האָט אין ביידע הענט געטראָגן דעם קייסערס פּאָרטרעט, װאָס איז געווען
ארומגעזוימט מיט א סטענגע מיט דער אופשריפט , באָזשע, צאריא כראני".
פון אלע פינף גאסן, װאָס פירן צום סאָפּיִער פּלאץ, האָבן זיך געצויגן מענטשן מיט געזאנג און מיט אומקלאָרע טפילע-ווערטער.
אומגעריכט האָט זיך באוויזן קאָסטענקאָ. ער איז געשטאנען אף עמעצנס אקסלען, װי א מאָנומענט.
--- פּראװאָסלאװנע מענטשף -- האָט א דונער געטאָן זײַן קאָל. -- איך בין אן ארבעטער, א שלאָסער, א פּראָסטער מענטש, פּונקט אזא, װוי איר אלע, וועלכע מע האָט אהער, װי די שאָף, צונויפגעטריבן. הערט מיך אויס: זיי, די סטודענטלעך אין די בלויע היטעלעך, גאָלוביאָוו מיט זײַן קאָמאנדע, זײַנען מערדער. הערט זיך צו זיי ניט צו, זיי ווילן פארגיסן אומזיסט בלוט! אלע
װאָס גלייבן אין גאָט, אין יעזוסן, טאָרן ניט פארגעסן, אז יעזוס איז געווען א בארעמהארצי- קער, ער האָט ניט געװאָלט קיין אומשולדיק בלוט...
-- איך קען אָט דעם רעדנער! -- האָט שטיל זיך אָנגערופן יאקאָוו ראטנער צו זײַן כא- װוער, -- איך װאָלט א באלן געווען אים דריקן די האנט, אזא געוואגטקײַט און דרײיסטקײַט פון א פּראָסטן מענטשן איז צו באװװווּנדערן...
קאָסטענקאָס ווערטער האָבן געקלונגען אזוי איבערצייגעוודיק, אז אפילע די אויסגעשרייען פון די ,,סאָיוזניקעס" 1 דעם מאָרד איבער יושטשינסקין האָבן ניט אָפּגעװענדט די אופמערק- זאמקײַט פונעם אוילעם, מע האָט אים געהערט מיט אָפענע מײַלער. קאָסטענקאָ איז געשטאנען ארומגערינגלט מיט א 6 סטן קרײַז פון ארבעטער. צוטרעטן צו אים איז שווער געווען אפילע פארן אײַזזדשטארקן שישאָוון מיט זײַן כעוורייע.
קאָסטענקאָ האָט מיט זײַנע רייד און אויסזען באהערשט דעם גרעסטן טייל פונעם אוילעם. א הויכער און אוה מיט העלע האָר, װאָס זײַנען אראָפּגעהאנגען 2 ברייטן שטערן און איבער די אויערן, האָט ער גערעדט רויַק און דערמיט געװוּנען דעם צוטרוי באם אוילעם
-- פראואָסלאוונע מענטשן, -- האָט ער פאָרגעזעצט -- מע ויל, איר זאָלט שעכטן אומ- שולדיקע און דערמיט שטעלן צו שאנד אונדזער פאָלק. טרײַבט פון זיך די אונטערהעצערס, זײי האָבן פארבלוטיקטע הענט און א קעפּ. היט זיך פאר זיי, וי פאר דער פּעסט...
פון הינטער כמעלניצקיס מאָנומענט זײַנען ארויסגעשװוּמען גרינע מונדירן, און א מעכטיק אויסגעשריי פון זשאנדארמען האָט פארהילכט דעם פּלאץ;
-- אהיים! אהיים! צעגיין זיך! -- האָט געדונערט פון אלע זײַטן.
ס'איז געװאָרן א שטיקעניש און א געדראנג, און קיינער איז שוין ניט געווען בעקויעך אָפּ- צוהאלטן דעם שטראָם פון מענטשן. דורך אלע גאסן, וועלכע ציִען זיך פון דעם סאָפיִער סאָבאָר, האָבן די מענטשן זיך געלאָזט לויפן. אינגיכן איז דאָס הייפל , סאָיוזניקעס" אין דער שפּיץ מיט גאָלוביאָוון דאָ געבליבן אליין.
נאסטיע שישאָוא האָט ניט אויסגעהאלטן. זי איז ארויס אין גאס און אינגיכן באגעגנט איסײַ כאָדאָשעװן, וועלכער איז מיט זײַן בלאָקנאָטל אויסגעוואקסן װוּ ערגעץ א רעדל און צו- געלייגט אן אויער.
-- איר האָט געהערט קאָסטענקאָן? --- פרעגט איסיי.
--- ניין, וווּ איז ער אהינגעקומען? --- וויל וויסן נאסטיע.
-- איך מיין, אז פרײַנט האָבן אים ערגעץ אויסבאהאלטן. אהיים טאָר ער ניט קומען. און אפן װאָקזאל זײַט איר געווען? -- פרעגט װידער כאָדאָשעװ.
-- ניין. פון זינט מ'האָט געפּאטערט סטאָליפּינען, בין איך פון שטוב ניט ארויסגעגאנגען. ניט געװאָלט זיך ווארפן אין די אויגן.
-- װאָס אפן װאָקזאל טוט זיך, ווייסט איר?
-- איך האָב געהערט, אז מענטשן לויפן פון שטאָט. עפשער וװועלן מיר זיך אופזעצן אף א טראמווײַ און. צופאָרן?
28
-- ווארט צו, -- זאָגט כאָדאָשעװ, --- איך מוז פריַער זיך ארײַנכאפן אין רעדאקציע, מע ווארט אף נײַט.
--- גייט, גייט, איך װעל צוווארטן.
אינגיכן איז כאָדאָשעװ ארויס פון רעדאקציע מיט א פרישער צײַטונג אין דער האנט און אפגיך דערציילט, אז אָקאָרשט איז ארויס א ספּעציעלע מיטיילונג. קאָקאָװוצעװ, װאָס איז בא- שטימט געװאָרן אף סטאָליפינס אָרט, האָט שוין באוויזן צו באפוילן, אז די אָרטיקע אדמיני- סטראציע זאָל אָנעמען ענערגישע מיטלען אף ניט צו דערלאָזן קיין שום אומרוען אין קיעוו.
-- לאָמיר אײַלן צום װאָקזאל, דאָרט לעכצט מען נאָך אזא מיטיילונג, -- האָט כאָדאָשעװו פאָרגעשלאָגן.
אפן װאָקזאל זײַנען מאסן מענטשן געשטאנען קעפּ אף קעפּ. בא די קאסעס --- א שטופּעניש. אין די זאלן איז יעדער ווינקל איבערפולט מיט דערשראָקענע און הילפלאָזע זקיינים, פרויען און קינדער.
כאָדאָשעװו איז ארופגעקראָכן אף א בענקל, אופגעהויבן די האנט מיט דער צײַטונג און פריי- דיק אויסגערופן;
-- הערט, מענטשן, װאָס דער נײַער פּרעמיער-מיניסטער האָט באפוילן... -- און ער האָט איבערדערציילט דעם אינהאלט פון דער עקסטרע-מיטיילונג. די טירן האָבן אזש א ש עכץ געטאָן פון דער שטופּעניש. איבער די גאסן פון קיִעוו זײַנען זשן מיט פּעק און טשעמאָדאנעס געלאָפן צוריק צו זייערע פארלאָזטע היימען.
שוג ל-=
גי
זז 5
דער איניען וװוערט נאָך מער פארפּלאָנטערט
שוין דעם פינפטן כוידעש מאטערט זיך מענדל בייליס אין טפיסע, און די דערשלאָגענע עסטער האָט מען קיין איין מאָל ניט געלאָזט זיך טרעפן מיטן מאן. ,קיין סווידאניעסג קומט אײַך ניט", -- האָט מען געענטפערט בייליסן אף זיינע פּאָדערונגען צו זען זיך מיטן װײַב. ווייסט ער ניט, װאָס אין דער היים טוט זיך, װאָס מאכן די קינדער, עסטער, און דער איקער, צי טוט מען עפּעס צוליב דעם, מע זאָל אים ארויסראטעווען פון דער װיסטער טפיסע. וועדליק ער פאר- שטייט פון די רייד פונעם אױיספאָרשער פענענקאָ, נייט מען אים צו א שיינע דיעלאָ:. אָבער װאָס װיל מען פון אים?
ניט איין מאָל האָט בייליס בייס די פארהערן באמערקט, וי דער אױיספאָרשער פענענקאָ בלײַבט זיצן א פארקלערטער, דאָס פּאָנעם כמורנע, און די אויגן בלאָנקען איבער די פּאפּירן, װאָס ליגן פאר אים אפן טיש. דעם אױיספאָרשערס שטערן באדעקט זיך אזש מיט טראָפּנדלעך שווייס. א טרויער-שאָטן באדעקט דאָס גאנצע פּאָנעם זײַנס. פון צײַט צו צײַט הייבט ער זיך אוף פון זײַן אָרט, קוקט זיך אײַן אין בייליסן. דערנאָך נעמט ער וידער לייענען די פּראָטאָקאָלן, װאָס זײַנען פון טאָג צו טאָג געוואקסן.
-- װאָס זשע וועט זײַן, בייליס, װאָס איך שרײַב פּראָטאָקאָלן און איר לייקנט אלץ אָפ...
-- כ'האָב דאָך אײַך געזאָגט, הער אױיספאָרשער, אז מע האלט מיך דאָ אומזיסט און אומנישט.
-- ווער זשע פאָרט איז דער שולדיקער אינעם מאָרד איבערן ייִנגעלע?
-- דאָס ווייס איך ניט. איך ווייס איינס --- איך בין דערין ניט שולדיק.
-- איך הער אלץ: ניט שולדיק, ניט שולדיק. קומט אויס, איך בין שולדיק, ניט אנדערש. -- און נאָך א פּויזע בייזערט זיך פענענקאָ: -- זאָגט מיר דעם עמעס, מענאכעם-מענדל טעוויעו בייליס, איר האלט מיך, געוויס, פאר א קאט? הא? קוקט מיר אין די אויגן און ענטפערט.
בייליס קוקט דעם אױיספאָרשער גלײַך אין די אויגן.
-- איאָ, כ"בין א קאט? -- פרעגט איבער פענענקאָ.
בייליס געפינט ניט װאָס צו ענטפערן. ער קוקט אף פענענקאָס ראזירט פּאָנעם, אף זײַנע קליינינקע װאָנצעלעך.
-- א קאט, איך, וואסילי איוואנאָוויטש פענענקאָ?
-- איר א קאט? איך ווייס ניט... --- דרייט בייליס מיטן קאָפּ.
-- און איך ווייס, בייליס. איר װעט מיר אָבער מוזן גלייבן, אז מיר איז שווערער פון אײַך.
-- אײַך איז שווערער פון מיר? װאָס רעדט איר, הער אױספאָרשער?
-- יאָ, יאָ, איר זיצט זיך אין טורמע און אנדערע קלערן וועגן אײַך, װי ארויסצוהעלפן אײַך פון דעם אומגליק, װאָס האָט אײַך געטראָפן. און װער קלערט וועגן מיר? -- פענענקאָ בלײַבט
5 צוזאמענטרעפן; 2 דאָ: באשולדיקונג,
29
װ שטיל, קוקט לאנג אף בייליסעס אויסגעמאטערטן פּאָנעם און זאָגט װידער: --- איר, בייליס, האָט
א אוואדע רעכט מיר ניט צו גלייבן. נאָר גלייבט מיר, איך בין ניט שולדיק אין אײַערע ליידן. איר דארפט פארשטיין, װוי עס פילט זיך א מענטש, וועלכער טוט דאָס, װאָס מע צווינגט אים טאָן. אָט
פארװאָס מיר איז שווער. פארשטאנען?
| --- ניין, הער אױיספאָרשער, כ/האָב ניט פארשטאנען.
-- איז אָט, בייליס, איך על באלד אריינפירן דעם קאָנוואָיָר. זאָל ער אײַך אוועקפירן אין
| קאמער. איז גייט, רוט זיך אויס און באטראכט גוט, װאָס איך האָב אײַך געזאָגט, װעט איר פאר-
שטיין, אז מײַן געוויסן װעט בלײַבן ריין...
ו בייליס איז אריינגעפאלן אין זײַן קאמער, אוועקגעוואלגערט זיך אפן הארטן בעטל און גע-
| סטארעט זיך ניט אײַנשלאָפן. ער האָט געװאָלט נאָכדענקען, פארשטיין, װאָס דער אױיספאָרשער
| װ האָט געזאָגט, ער האָט הײַנט גערעדט מיט רעמאָזים, מיט אָנדײַטונגען... יאָ, דער אויספאָרשער
| פענענקאָ מיט זײַנע אָרנטלעכע אויגן האָט די לעצטע צײַט זיך אינגאנצן געביטן, ס'איז ניט דער
1 פענענקאָ, װאָס באם אָנהייב פון דער אױספאָרשונג. , בייליס, גייט אין קאמער און באטראכט
6 זיך גוט. דערציילט דעם עמעס, װי איר האָט יושטשינסקין געשלעפט צו דער מיאלעו.." נייף
1 ניט קעדײַ צו דערמאָנען זיך, װאָס פריִער איז געווען. זײַנע רייד האָבן פּײַנלעך זיך אײַנגעקריצט אין זיקאָרן און געבריט דאָס ליַב...
;אָבער װאָס איז פארט געשען מיט דעם אױספאָרשער? ער זאָגט גאָר, אז אים איז שווערער פון מיר... װוער װעט אים גלייבן? ,גייט, רוט זיך אויס, בייליס...* -- קלינגט אים אלץ אין די
: אויערן.
| אָט װעט ער, בייליס, לאנג ליגן מיט אָפענע אויגן אפן הארטן און צעוואקלטן טפיסע-בעטל, | טראכטן און קלערן, קלערן און נאָכדענקען...
ו
ו
1 אפן טיש אין גרויסן קאבינעט באם רוסישן סאמאָדערזשעץ אי געלעגן אן אופגעעפנטער ' בריוו פון דעם דײַטשישן געזאנדטן. דער געזאנדטער האָט זיך נאָכגעפרעגט, ווען װעט מען קאָי | נען פאָרן אין דער בעלאָװעזשער פּושטשע אף יאגד. איצט איז פּונקט די צײַט -- דעקאבער | כוידעש פאלן אויס געדיכטע שנייען, און א געיעג אף זוברען קאָן פארשאפן א סאך פארגעניגן || סײַ זײַן אימפּעראטאָרישער מאיעסטעט, סײַ די הױפּלײַט זײַנע. ער, דער געזאנדטער, װאָלט װ אויך א באלן געווען אָנטײילצונעמען. א געיעג אף זוברען -- געפערלעך. אין די וואסעריקע אויגן באם סאמאָדערזשעץ פילט זיך א מידקײַט. דעם גאנצן פרימאָרגן האָט ער באטראכט מאָדעלן פון מעבל, װאָס ער האָט באקומען וׂ פון ווין. דאָס איז אן אלטע פאסיע זײַנע -- פארשיידענע מעבל-גארניטורן, כאָטש מעבל איז א שוין פאראן אין א גענוגנדיקער צאָל סײַ אין קייזערלעכן פּאלאץ אין צארסקאָיע סעלאָ, סײַ אפ || אינעם ווינטער-פאלאץ. ו אונטערן פּאָרטרעט פון ניקאָלײַ דעם צווייטנס לײַטזעליקן פאָטער -- אלעקסאנדער דעם 0 דריטן -- זיצט דער איצטיקער סאמאָדערזשעץ פארקלערט: ער דערמאָנט זיך, װי ער איז ערשט !ן ניט לאנג מיט גאָטס הילף געראטעוועט געװאָרן פונעם טוט אין קיעווער אָפּערע-טעאטער, װוּ 6 ס'האָט געפונען זײַן סאָף דער אומפארגעסלעכער פּיאָטער ארקאדיעוויטש סטאָליפּין. װאָס װאָלט 0 געשען, ווען יענער רעצייעך װאָלט געשאָסן אין אים? שרעקלעך, א גרויל נעמט דורך דעם {! רוסישן קייסער... | וּ ער הייבט זיך אוף פונעם אָרט און מיט הענט, פארלייגטע אף הינטן, שפּאנט ער זיך דורך 0 איבערן קאבינעט, נעמט ווידער קוקן אין די. אלבאָמען, װוּ עס זײַנען פאָרגעשטעלט מאָדעלן פון ! מאָדערנעם ווינער מעבל, פארמאכט פוילבלעך די אלבאָמען און שפּאנט װידער איבער דעם ראכ- | וועסדיקן קאבינעט. עס איז ארײַן דער דעזשורנער קאמער-יונקער און, שטייענדיק אף דער שװעל, מיטגעטיילט,
אז דער יוסטיץ-מיניסטער איוואן גריגאָריעװיטש שטשעגלאָװיטאָו בעט אן אאודיענץ. דער קייסער טוט א מאך מיט דער האנט: זאָל ער ארייַנגיין.
שטשעגלאָװיטאָוו בלײַבט שטיין מיט א ברוינער פּאפּקע לעבן דער רעכטער זײײַט טיש, װוּ ניקאָלײַ איז שוין אין אן אָפיציעלער פּאָזע געזעסן. פּאמעלעכן הייבט אוף דער קייסער די אויגן צום מיניסטער און פרעגט:
-- און איר, איוואן גריגאָריעװיטש, װוילט אויך פאָרן אין דער בעלאָװעזשער פּושטשע אף געיעג? 1 אן אָרט, װוּ מע קנעט ליים.
2* 30
-- קיין צײַט ניטאַ, -- ענטפערט דער מיניסטער, ניט פארטראכטנדיק זיך, וועגן װאָס עס גייט א רייד.
-- װאָס, א סאך איניאָנים?
-- א סאך, אײַער אימפעראטאָרישע מאיעסטעט.
דער מיניסטער נעמט ארויס פון דער פאפּקע א ראפּאָרט, װוּ עס װערט איבערדערציילט טשאפּלינסקיס מיטיילונג וועגן די נײַע באװײַזן צום איניען װעגן דעם מאָרד איבער יושטשיג- סקין, און זאָגט:
-- איצט איז שוין קיין צווייפל ניטאָ, אז בייליס איז דער שולדיקער... -- שטשעגלאָװיטאָװו קוקט זיגעריש אין דעם קייסערס מידע און קאלטע אויגן און שטרײַכט אונטער: -- און געוויס מיט ריטועלע צוועקן...
-- מיט ריטועלע צוועקן, זאָגט איר, איוואן גריגאָריעװיטש?.. מײַן אורזיידע אלעקסאנדער בלאגאָסלאָװעני האָט נאָך וועגן דעם אן אוקאז געשריבן, יאָ, יאָ, איך דערמאָן זיך... --- ציילט דער קייסער די ווערטער.
-- ריכטיק, אײַער אימפעראטאָרישע מאיעסטעט, אלעקסאנדער דער ערשטער האָט ארויס- געגעבן אן אוקאז וועגן דעם...
-- יאָ, זיך דערמאָנט: אין קיעוו האָט מען מיר פאָרגעשטעלט א רוסישע דװאָריאנקע -- טשעבעריאק.
-- ריכטיק, אײַער מאיעסטעט, ווערע טשעבעריאק.
-- יאָ, יאָ, ווערע טשעבעריאק. האָט איר באפרידיקט איר פּראָשעניע?
-- באפרידיקט, אײַער מאיעסטעט. באפרידיקט.
דער קייסער רוקט אָפּ אפגיך דעם בריוו פונעם דײַטשישן געזאנדטן, מאכט א באוועגונג, װי ער זאָל װעלן זיך אופהייבן פונעם אָרט, אָבער ער בלײַבט זיצן, כאפט א טעמפּן קוק אף זײַן יוסטיץ-מיניסטער און זאָגט מיט א שטילן, נאָר אופגערייצטן טאָ:
-- בייליסן מישפּעטן לויטן געזעץ... שטרענג... -- און דעם קייסערס האנט האָט זיך אראָפּי געלאָזט אף דער פאפקע מיטן ראפּאָרט...
אלטע באקאנטע
פענענקאָס אויסניכטערונג איז געקומען, פארשטייט זיך, ניט מיטאמאָל און ניט נאָר אדאנק דעם, װאָס דער זשורנאליסט בראזול-ברושקאָווסקי האָט גענומען מאכן זײַנע פּריוואטע אויספאָר- שונגען און וועגן די אויספירן מיטגעטיילט פענענקאָן. דער אױיספאָרשער פאר באזונדערס וויכ- טיקע איניאָנים באם קיעווער קרייז"געריכט פענענקאָ האָט איינמאָל, אויספרעגנדיק װוערע טשעבעריאק, גאנץ בוילעט דערפילט, אז ווערא די טשינאָווניצע האָט שטארק געציטערט, מע זאָל ניט דערגיין דעם עמעס, ער איז אזוינס ,וואנקע דער געלער". וויפל מאָל דער אויספאָר- שער האָט ניט דערמאָנט די צונעמעניש ,וואנקע דער געלער", האָט טשעבעריאק אלץ זיך אויס- געדרייט פון געבן א קלאָרן ענטפער: זי ווייסט ניט, זי געדענקט ניט, זי האָט אזעלכן ניט בא- געגנט, אין די אויגן ניט געזען.
ווערע טשעבעריאק וייסט, אז וואנקע דער געלער איז באם דורכפירן גנייווישע אָפּעראציעס דער פלינקסטער, סאמע געניטער פון דער גאנצער קאָמפּאניע. ער פארמאָגט אָבער אויך אנדערע שטריכן. ווערט פּלוצעם גלײַכגילטיק, פארלירט דעם אינטערעס צום איניען, ווערט נאכלעסיק, אָפּגעלאָזט און נאָכניביק. ניט איין מאָל האָבן זײַנע קאָמפּאניאָנען, טאקע בא ווערע טשעבעריאק אין שטוב, אים אױיסגעװאָרפן זײַן שרעקלעכע כאלאס. וואנקע דער געלער קאָן זיך איבערקערן און אויסדערציילן אלץ פונעם כיידער...
פענענקאָ פארמאָגט גענויע יעדיעס פון דער גובערניאלער זשאנדארמעריע-אָפּטײילונג וועגן דער גאנצער באנדע גאנאָווים, װאָס האָט אָרודעװעט אין קיִעוו.
ער האָט גאנץ גענוי געװוּסט, אז די דאָזיקע באנדע נעמט זיך צונויף אין טשעבעריאקס מאלינע, אז זי, ווערע טשעבעריאק, פארקויפט אלע געגאנוועטע זאכן, וועלכע עס ברענגען איר באָריס רודזינסקי, איוואן לאטישעוו, ניקאָלײַ מאָנדזעלעווסקי, איר לײַבלעכער ברודער פּיאָטער סינגאיעווסקי און נאָך אייניקע פּארשוינען פון דער אונטערוועלט. בא פענענקאָן אפן טיש איז ניט איין מאָל געלעגן די דאָסיע װועגן אָט די קרימינעלע פארברעכער, ער האָט אָבער געװאָלט, אז ווערע אליין זאָל זיך מוידע זײַן. ער האָט געװוּסט, אז קאָלקע מאטראָסיק, דער יונגער אכצג- יאָריקער ,כעווראק", האָט זיך זײַן פּאסיע --- ער טרוימט צו ווערן אן אנארכיסט, שטודירט אפילע קראָפּאָטקינס טעאָריעס און איז בארימט דערמיט בא זײַנע קאָלעגן; אויך באָריס רודזיגסקי האָט
31
+ י.י 5.1 קע
געהאט א נייגונג צו אנארכיזם; אז ניקאָלײַ מאָנדזעלעווסקי איז א פרעכער, דרייסטער שטוב- גאנעוו, וועמען מע האָט ארויסגעטריבן פון פינפטן קלאס גימנאזיע. איוואן לאטישעוו און מאָנדזע- לעווסקי האָבן אין דער קרימינעלער װועלט געהאט א שעם, אפילע קאָנקורירט מיט די בעסטע ווארשעווער קאסיסטן, זיי זײַנען געווען גערימטע בעריעס אף צו עפענען פיַער-קאטעס, אָט דאָס אלץ האָט פענענקאָ גוט געװוּסט. האָט ער די לעצטע צײַט גענומען זיך איבער- צײַגן, אז בראזולס האשאָרעס זיינען גאנץ ריכטיקע, אז אָט די קנופיע האָט אָפּגעטאָן דאָס פינצ- טערע שטיקל ארבעט -- טא דעם מאָרד איבער יושטשינסקין. פענענקאָ האָט אפילע געװוּסט פון דער ;ייִדישער פּרעסע* (אזוי רופט אָן טשאפלינסקי אייניקע קיעווער און פּעטער- בורגער צײַטונגען), אז אלע א פירן צו טשעבעריאקס מאלינע. אָבער מע דארף דאָך דאָס דערװײַזן! ער האָט אויך געװוּסט, אז פאר טשאפלינסקין טאָר מען אפילע ניט ארױסזאָגן אזא האשאָרע, כאָטש אין דער זשאנדארמעריע-אָפּטײלונג און אין דער קרימינאל-פּאָליציי דערמאָנט מען אויך אמאָל די דאָזיקע ווערסיע... איז װי זשע קאָן פענענקאָ גיין קעגן די אלע, װאָס ווייסן, פּונקט וי ער, װער ס'איז דער עמעסע שולדיקער אינעם מאָרד איבער יושטשינסקין, און טוען אלץ, קעדיי ארופצוּווארפן די שולד אף דעם מענטשן מיט דער שווארצער באָרז? דאָס וויכטיקסטע און שװוערסטע אין דעם איניען איז ערשט פאָרגעשטאנען: פירן א קאמף קעגן טשאפּלינסקין, דיסקרעדיטירן אים איז גאָר ניט פון די גרינגע זאכן. דעם אױיספאָרשער איז שוין קלאָר געווען, װוּהין טשאפּלינסקי צילט, דערפאר זײַנען אים װאָס װײַטער אלץ מער פּריקרע געװאָרן דעם פּראָקוראָרס צללעטרעכטיקע 0 ;עמעס, נאָר מיטן עמעס, וואסקע", -- האָבן געקלונגען בא פענענקאָן אין די אויערן דעם טאטנס ווערטער. א פּאָשעטער פּױער מיט גארהארעו טע הענט און מיט + ה טאטע שטענדיק אזוי געטײַנעט, װען ער פלעגט קומען קיין קיִעוו צוגאסט צום 0 , וואסקע, וואסקע, זאָלסט זײַן א מענטש פון יוישער און א מעס". האָט טאקע ןאָ אף זײַן וויכטיקן פּאָסטן פון אן אויספאָרשער ניט געװאָלט אויווער זײַן אפן טאטנס ס געבאָט, ניט געװאָלט פאר- שעמען אים. שוין פון די ערשטע טעג פון זײַן ארבעט מיטן פּראָקוראָר האָט פענענקאָ דערפילט, אז פון טשאפּלינסקין שפּארט הוט בעסטיאלישע סינע צו דעם מענטשן מיט דער שווארצער באָרד. צוערשט האָט ער געפּרוּווט אויסבאהאלטן זײַן אומצופרידנקײַט, דערנאָך, ווען ער האָט שוין גע- האלטן אָט-אָט באם'געפינען דעם עמעס אין שרעקלעכן לוקיאנאָווקער מאָרד, געגעבן צו פילן טשאפּלינסקין, אז ער װעט ניט נאָכטאנצן דעם פּראָקוראָרס רעזשיסערישע טריוקן. פאר זיך האָט דער אויספאָרשער באשלאָסן 2 האלטן רויִק, ביז ער װעט אופדעקן די פארברעכער. קעדיי צו איבערצײַגן זיך, אז די האשאָרעס וועגן די עמעסע מערדער זײַנען ריכטיקע, האָט פענענקאָ באשלאָסן א נעם טאָן א צימבל איוואן לאטישעוון -- וואנקע דעם געלן, װאָס זיצט איצט אין לוקיאנאָווקער טפיסע. נאָך איידער פענענקאָ האָט באפוילן ברענגען לאטישעוון אפן פארהער, האָט ער פארגרייט װײַן, געשמאקע פארבייסעכץ. דער אױיספאָרשער איז 2 באם פענצטער און אינערלעך געגרייט זיך צו דער באגעגעניש מיטן פארברעכער, אף וועלכן ער האָט געלייגט גרויסע האָפע- נונגען. די טיר האָט זיך געעפנט, און א קאָנװאָיָר מיט אן אמט טער שװערד, צוגעשטעלט צום אקסל, האָט אריינגעפירט לאטישעוון. -- זיצט, איוואן דמיטריעװיטש, -- דערנעענטערט זיך דער אױספאָרשער צום ארעסטאנט און ווייזט אים, װוּ צו זעצן זיך. דער אויספאָרשער טוט א װוּנק צום קאָנװאָיָר, ער זאָל ארויסגיין. יענער גייט ארויס, אָבער ער ווייסט שוין גוט, אז, װי א זאך מאכט זיך, מוז ער שטיין הארט לעבן דער טיר, וועלכע ער לאָזט איבער עטװאָס אָפן. פענענקאָ פארנעמט זײַן אָרט באם טיש. -- איר מעגט זיך זעצן, איוואן דמיטריעװיטש, -- כאזערט ער איבער. דער בלאסער ארעסטאנט נעמט ארויס פון קעשענע א טיכעלע און װישט אויס דעם שווייס פונעם האלדז-און-נאקן. לאטישעווס פּאָנעם איז באדעקט מיט קלײַען, אפילע װינטער איז עס קלייענ דיק. -- אין אזא װוינטער-טאָג איז אײַך הייס? --- פרעגט דער אויספאָרשער. -- אין װאָראָנאָק איז געווען דושנע, -- דערהערט זיך לאטישעווס הייזעריקלעכע שטים. --- װאָס איז מיט אײַך, איר זײַט פארקילט? -- יאָ; א ביסל קאליע געװאָרן דאָס גערגעלע, --- שמייכלט לאטישעוו. פענענקאָ קוקט הינטערװײַלעכס אפן ארעסטאנט און באשליסט א שפּאס טאָן. --- אין אָפּערע ועט איר סײַװי שוין ניט זינגען, איוואן דמיטריעוויטש.
5 6
2-- 6 39
--- ווער ווייסט, אײַער װוילגעבורט, כ'האָב אמאָל געהאָפט צו זײַן א זינגער...
-- טאקע ידערפאר זאָג איך, אז איר זײַט שוין דערפון באװאָרנט.
דער פארברעכער שארט מיטן פוס איבערן דיל, װי ער זאָל װעלן עפּעס אָנצייכענען.
--- װאָס פאר א בריוועלע שרײַבט איר מיטן שטיוול, צו וועמען?
לאטישעוו הייבט אוף דעם קאָפּ און פארזשמורעט זײַנע קארע כיטרע אויגן, וועלכע זײַנען וי אײַנגעפאסט אין א רעמל פון געלבלעכע װיִעס און ברעמען.
-- אײַער װוילגעבורט, איר מיינט, איוואן לאטישעוו איז נאָר א גאנעוו, ער איז אויך...
-- װאָס זשע רעדט איר ניט װײַטער, לאטישעו? -- פענענקאָ קוקט, ווארטנדיק אפן.
ארעסטאנט. -- זעצט פאָר.
-- װאָס זאָל איך ריידן? מע שלײַדערט מיך פון איין טורמע אין דער צווייטער... שלאָגט מען אָפּ דעם כיישעק צום לעבן...
-- װאָס זשע װאָלט איר א באלן געווען, וואנקע דער געלער, אז איר זאָלט ראבעווען, באגייך פארברעכנס און מע זאָל אײַך האלטן אף דער פרײַ, צאצקען זיך מיט אײַך?
לאטישעוו האָט אראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ.
דער אױספאָרשער האָט ניט געקאָנט באשליסן, צי איז דער ארעסטאנט אנשוויגן געװאָרן, װײַל ער האָט אים אָנגערופן ,וואנקע דער געלער", צי איבער אן אנדער סיבע. פּרוּװוט זיך דערי- בער פענענקאָ ווידער זאָגן:
-- איר הערט, וואנקע דער געלער?
-- אײַער װווילגעבורט, צו וועמען ווענדט איר זיך?
-- צו אײַך.
-- איך הייס איוואן דמיטריעוויטש.
-- ווערא די טשינאָווניצע האָט מיר געזאָגט, אז אײַער צונעמעניש איז -- וואנקע דער
-- טשעבעריאטשקע?
-- יאָ, טאקע זי, -- זאָגט פענענקאָ און נעמט ניט אראָפּ די אויגן פון לאטישעוון.
-- איר שפּאסט, אײַער װוילגעבורט... -- טוט ער א גנייווישן קוק אפן אױיספאָרשער און רוקט זיך צו צום טישל.
הארט לעבן פענענקאָס גרויסן שרייבטיש איז געשטאנען א קלענער קײַלעכיק טישעלע, װוּ דער אויספאָרשער פלעגט אוועקלייגן די אָנגעשריבענע פּראָטאָקאָלן, וועלכע דער אויסגעפרעג- טער האָט געדארפט דורכלייענען און אונטערשרײַבן. איצט איז אף דעם קײַלעכיקן טישל גע- שטאנען א פלעשל װײַן מיט פארבייסעכץ.
לאטישעוו כידעשט זיך: װאָס פאר א סימכע איז הײַנט באם אױיספאָרשער? שוין ניט איין מאָל זיך באגעגנט מיט אָט דעם שטרענגן, נאָר אופגעלייגטן אױיספאָרשער, וויפל מאָל אים אונטערגע- שריבן פּראָטאָקאָלן פאר געכאפּטע בא דער האנט גנייוועס, רויבערייען. װאָס זשע איז דאָס הײַנט פאר א באזונדער יאָמטעװ? מיסטאמע וויל מען אים, וואנקע דעם געלן, כאפּן אין עפּעס. ס'איז ניט אזוי לײַכט! ער, וואנקע, פארלירט ניט דעם קאָפּו.. דאָס ווייסן גוט סינגאיעווסקי, רודזינסקי, מאָנדזעלעווסקי און די אנדערע בראטווא...
-- רוקט זיך צו נעענטער, איוואן דמיטריעוויטש.
דער ארעסטאנט טוט א מאך מיט דער האנט: װאָס עס זאָל ניט זײַן, דערװײַל װעט ער אָפּעסן.
-- כ'האָב גאָר פארגעסן: רויג איז אויך פאראן -- ערשטער סאָרט! --- און דער אויספאָר- שער נעמט ארויס א קעסטעלע פון זײַן שרײַבטיש, עפנט עס אוף, און אין דער נאָז טוט א זעץ מיטן רייעך פון פרישער רויג.
--- אײַער װוילגעבורט, איך האלט פון װײַסער בולקע מיט שווארצער רויג...
-- אן אלטע כאָכמע, לאטישעוו.
-- אָבער אלע מאָל, ווען איך דערפיל זי אף די ציין, איז דאָס בא מיר א נײַס.
ביידע צעשמייכלען זיך. מע עסט, מע טרינקט אויס צו גלעזלעך װײַן;
דער קאָנװאָיַר עפנט אוף די טיר און כאפּט א קוק מיט איין אייגל.
-- ער קוקט, סוקין סין:, --- דערלויבט זיך לאטישעוו באמערקן.
פענענקאָ מאכט זיך ניט הערנדיק. ער פארבייסט און לאָזט ניט אראָפּ די אויגן פון לאטי- שעוון, װאָס קלערט בייסמייסע: עפּעס איז דאָ ניט גלאט, געוויס איז דאָ ווערא דער טשינאָווני-
1 א זיד?װאָרט,
8
הוען ( =
צעס קאָפּ דערביי. עפשער האָט זי זיך פארשאָטן און װויל מיך אריײינציען? אָבער ניט מיט וואנקע דעם געלן וועט דורכגיין דער נומער. זאס!
-- איר זאָגט עפּעס, איוואן דמיטריעוויטש? -- פרעגט פענענקאָ.
--- ניין, איך שװוייג, װוי א פיש, אײַער װווילגעבורט.
-- הערט אויס, איוואן דמיטריַעװויטש. איך ווייס, אז איר זײַט א גוטער מײַסטער, א שלאָ סער. איר האָט געארבעט אין א ווארשטאט ניט װוײַט פון בעלאָצערקאָו. איז פאָלגט מיך: קערט זיך אום צוריק צו א נאָרמאל לעבן. װאָס דארפט איר זיך ארומוואלגערן איבער די טורמעס!
אײַך איז שווער, און אונדז איז ניט לײַכט האָבן מיט אײַך צו טאָן.
-- מיר איז ניט שווער, אײַער װוילגעבורט, -- שלאָגט איבער לאטישעוו. פענענקאָס געניטער אויער דערפילט אָבער אין לאטישעווס רעפּליק, אז דאָס קאָל זײַנס איז עטװאָס איינגעבראָכן, א סימען, ער לאָזט זיך ריידן. פענענקאָ הייבט זיך אוף פון זײַן אָרט, גייט צו פון הינטן-ארום הארט צו לאטישעון און בייגט זיך אָן צו אים. --- איוואן דמיטריעוויטש, איר געדענקט, װי כ'האָב אײַך שוין מיט א שטיקל צײַט צוריק, טאקע דאָ אין קאבינעט, געזאָגט, אז איך בין גרייט אײַך ארױסלאָזן אף דער פּרײַ, אוב איר װעט מיר צװזאָגן זיך אומקערן צו אייַער שלאָסער-פּראָפּעסיע. גיב איך אײַך מײַן ערנװאָרט, אז איך אליין װעל כאָדאָטאיעװען: פאר אײַער פולשטענדיקער באפרײיונג און מירן פארגעסן אלע אײַערע זינד. באקלערט זיך. איר װעט סאָפּקאָלסאָף פארהריזנעט װערן אין א בלאָטע און מע וועט אײַך אופהענגען... זײַט וויסן, אז איך שרעק אײַך ניט. -- דער אוױיספאָרשער רעדט וייך און מילד. דער פארברעכער קוקט אים גלײַך אין די אויגן, און דעם אויספאָרשער דוכט זיך, אז אָט-אָט װועט ער דערגרייכן זײַן ציל. נאָר אומגעריכט רײַסט זיך אוף לאטישעוו פונעם אָרט און שרייַט אויס: -- אײַער װווילגעבורט, מײַן שלאָסערײַ האָט מיך ניט געקאָנט שפּײַזן, בעסער אָפּזיצן א האלב יאָר אין טורמע, אבי דאָס צווייטע האלבע יאָר לעבן ברייט און װאָלגאָטנע. --- פון גנייוועס און רױיבערײיַ?.. -- שרײַט קימאט אויס פענענקאָ. דער ארעסטאנט שװוייגט. -- עסט, איוואן דמיטריִעװויטש, זשאלעוועט ניט, ס'איז קאזיאָנע... פענענקאָ באמערקט, אז לאטישעוו עסט אָן כיישעק, ער מאכט זיך נאָר, אז ער עסט. אינדער- עמעסן מאלעגיירעט ער. ;אלציינס, -- האָט געקלערט לאטישעוו, --- װעט אים דער אויספאָרשער ניט איבעריידן און בא אים ניט אויסנארן קיין איבעריק װאָרט... דערוף איז ער איוואן לאטישעוו, ער װעט קיינעם ניט פארקויפן, בעסער זיך אליין א מיסע אָנטאָן, איידער יענעם אויסגעבן. און אויב אפילע מע האָט אים פארקויפט, װעט ער אויס נעקאָמע ניט ענטפערן מיט דעם זעלביקן. מע דארף האָבן א קאָפּ, אניט וועלן די ,ליאגאווע" נעמען הערשעווען איבער דער וועלט. מע דארף זיי, די ,,ליא- גאווע", אויסשעכטן, װי פי, אויסנישטערן, װי קרעציקע שטשורעס", -- קלערט לאטישעװ, קײַענדיק לאכלוטן אָן כיישעק. -- איר זאַגט עפּעס, איוואן דמיטריעוויטש? --- ניין, איך שװיַיג, װוי אן עמער מיט וואסער, אײַער וווילגעבורט. פענענקאָן האָט פארדראָסן, װאָס ער קאָן זיך ניט ספּראווען מיטן פארברעכער. מע האָט װידער געגעסן און געטרונקען. אף אָנשיקערן לאטישעוון איז ניט געווען אויסגע- שטעלט. עסן --- וויפל ער וויל, אָבער צום טרינקען האָט פענענקאָ אָנגעגרײט נאָר איין פלעשל זויערן װײַן, ' לאטישעוו האָט גוט זיך אונטערגעלענט דאָס הארץ. די קעלבערנע װײַסלעכע װיִעס זײַנע האָבן שוין אָנגעהױבן פּינטלען פון צופרידנקײַט און די אויגן האָבן גוטמוטיק געשמייכלט. פענענקאָ דערזעט, וי אף לאטישעווס קורצן גראָבן האלדז רינט א דין שטרעמעלע שווייס... ;איבערגעגעסן זיך, -- קלערט דער אױיספאָרשער, --- גענוג". -- נו, איוואן דמיטריעװיטש, דערציילט איצט, װער האָט ארויסגעגאנוועט פון דער זשאנ- דארמסקע די פּראָטאָקאָלן וועגן דעם, אז איר מיט רודזינסקין און סינגאיעווסקין האָבן בא ווערע טשעבעריאק אין שטוב געהארגעט אנדריושען. לאטישעוו צעלאכט זיך אף א קאָל;
1 מישטאדל זײַן זיך.
24
-- אויב איר האָט מיך צוליב דעם אײַנגעלאדן אף אזא זאטן מאָלצײַט, איז אומזיסט אײַער טירכע. מיך װעט איר אף אזא שטריקעלע ניט כאפּן.
א פּויזע. לאטישעוו שטעלט זיך אוף.
-- זיצט, זיצט, וואנקע דער געלער.
אין לאטישעוון צעברענט זיך דער קאס. ער בײַסט מיט די ציין די ליפּן,
-- מיר האָבן קיין שום דיעלאָפּראָיזװאָסדטװע ניט ארויסגעגאנוועט. טשעפּוכא! װער האָט עס אויסגעטראכט? און אנדריושען ניט געטשעפּעט. דאָס האָט מענדל בייליס אים געשלעפּט צו דער מיאלע און איבערגעטשיקעט אים דאָס העלדזעלע. איר הערט, הער אױספאָרשער, וועגן דעם טשיריקען שוין די פייגל אף די דעכער
דער אױספאָרשער דערקענט לויט לאטישעווס אָנגעגאָסענעם פּאָנעם, װאָס איז איצט געװאָרן רויט, לויטן לאָשן, אז דאָס, װאָס ער האָט אָקאָרשט ארויסגעבראכט, איז שטארק אײַנגעכאזערט.
-- איך האָב געמיינט, אײַער װוילגעבורט, אז איר זײַט שוין געװאָרן א סאָלידער מענטש און פארנעמט זיך שוין ניט מער מיט באשיצן די ייִדן. איר מעגט זיך שעמען, גאָספּאָדין פענענקאָ, צו װאָס דארפט איר, אז דאָס פּראװאָסלאװנע רוסלאנד זאָל אײַך האלטן אין מויל? איר װעט פארשפּילן אײַער קאריערע, גאָספּאָדין סלעדאָוואטעל, דער עמעס איז בא אונדז, בא די קרימי- נעלע, וי גאָט איז ליב.
-- שװוייגט, וואנקע דער געלער, אניט װעל איך אײַך אוועקזעצן אף א הונגעריקן פּאיאָק...
-- דודקי:, אײַער װווילגעבורט.
פענענקאָ האָט ארויסגענומען א בויגן פאפּיר און אָנגעהױבן שרײַבן א פּראָטאָקאָל.
;די אױיספאָרשונג פארמאָגט דורכגעקאָנטראָלירטע יעדיִעס, אז איר, לאטישעוו איוואן דמי- טריעוויטש, לויט דער צונעמעניש ,וואנקע דער געלער", האָט צוזאמען מיט באָריס רודזינסקי און פּיאָטער סינגאיעווסקי אין ערע טשעבעריאקס וװוינונג אף דער גאס ווערכניע יורקאָווסקי
דערהארגעט דאָס ייִנגל אנדריושע יושטשינסקי. שפּעטער האָט איר דעם קערפּער אײַנגעװיקלט
אין א טעפּיך און אים אװעקגעטראָגן אין דער הייל...*
דער אױיספאָרשער האָט דערלאנגט לאטישעוון דעם פּראָטאָקאָל אף אונטערצושרײַבן. דורכ- געלייענט אים פריער, האָט דער ארעסטאנט זיך צעלאכט:
--- אײַער װוילגעבורט, אָט דאָס אלץ, װאָס איר האָט אָנגעשריבן, איז עמעס, אָבער איך װעל ניט אונטערשרייבן און איר קאָנט מיך מיט גוואלד ניט צווינגען דאָס צו טאָן. איך ווייס גוט די געזעצן.
אפגיך אופגעעפנט א שופּלאָד און ארױיסגעקראָגן פון דאָרטן צוויי בויגן פארשריבן פּאפּיר, האָט פענענקאָ פלינק צעוויקלט די בויגנס פאר לאטישעווס אויגן און געזאָגט:
-- איר זעט? איר דערקענט ווערע טשעבעריאקס כסימע, איר דארפט קענען איר כסימע -- מיט קרײַזעלעך, זי פארדרייט אָט דאָ דעם סאָף פון דער פאמיליע. אָט קוקט זיך גוט צו, וואנקע דער געלער...
לאטישעוון האָט אָנגעהובן שווינדלען אין די אויגן. פונדערװײַטנס האָט זיך אים אויסגע- דוכט, אז דאָס איז ווירקלעך טשעבעריאטשקעס כסימע. זאָל זײַן, זי איז א סוקא?, ווערא די טשי- נאָווניצע?..
--- װײַזט מיר נאָר נעענטער, -- בעט לאטישעוו.
דער אױיספאָרשער באהאלט די בויגנס צוריק אין שופּלאָד.
-- איר מעגט אונדז גלייבן...
דער ארעסטאנט האָט עפעס אומקלאָר א בורטשע געטאָן און א פּאָר מאָל זיך א דריי געטאָן אפן בענקל,
-- ס'איז א ליגן! ווערקע איז ניט קיין סוקא!
-- אָט װעל איך אײַך באלד שטעלן אויג אף אויג מיט איר, װעט זי אליין אײַך דערמאָנען דעם גאנצן עמעס.
-- איר װעט עס ניט טאָן.. לויטן געזעץ טאָרט איר מיך ניט צווינגען מיט גוואלד אונ- טערשרײיַבן.
-- זאקאָניק? מײַנער... איך װעל עס יאָ טאָן, -- איז פעסט בא זיך דער אױספאָרשער.
לאטישעוו האָט א כאפּ געטאָן פונעם טיש דעם פּראָטאָקאָל און געװאָלט אים צערײַסן. נאָר דאָ האָט די טיר האסטיק זיך אופגעפּראלט און דער קאָנװאָיר האָט אנטבלויזט די שװוערד. לא- טישעוו האָט א װאָרף געטאָן צוריק דעם פּראָטאָקאָל צום אױיספאָרשער אפן טיש.
1 אויסגעטראכטע מײַסעס; ? א זידלװאָרט; 5 איראָניש: קענער פון געזעץ.
9
-- איר קאָנט גיין, --- טוט פענענקאָ א מאך מיט דער האנט צום קאָנװאָיָר. -- פירט מיר ארײַן פונעם שכיינעסדיקן צימער ווערע טשעבעריאק. לאטישעוו איז בלאס געװאָרן, ער האָט גענומען פּינטלען מיט די וויִעס. -- זי האָט אונדז אלץ דערציילט, ווערא די טשינאָווניצע, -- האָט געזאָגט דער אויס- פאָרשער. --- ווארט, זאָל זי ניט קומען, איך װעל אליין זאָגן... --- ניין, ווערא וולאדימיראָוונא װעט באשטעטיקן אײַך אין די אויגן, אז איר זײַט וואנקע דער געלער און אז איר האָט אָנטײלגענומען אינעם דערמאָרדן יושטשינסקין.. -- מע דארף ניט, אײַער זווילגעבורט... איך װעל זי דערהארגענען... אָט דאָ, פאר אײַך אין די אויגן. נאָך א קליינעם געראנגל מיט זיך האָט דער נערוועזער, אופגערודערטער לאטישעוו, אויס מוירע צו טרעפן זיך אויג אף אויג מיט ווערע טשעבעריאק, דערציילט דעם אוױיספאָרשער אייניקע פּראָטים. פענענקאָ האָט אפגיך אלץ פארצייכנט אף פּאפּיר און געגעבן דעם ארעסטאנט כאסמענען. נאָר לאטישעוו איז אומגעריכט געװאָרן אָפּהענטיק, זײַן קאָפּ האָט גענומען ציטערן, װי בא אן אױיװוערבאָטלדיקן זאָקן. די אויגן האָבן זיך בא אים איבערגעקערט און גענומען לויפן אין די זײַטן. ער האָט אויסגעזען װי א דולער, וי ער װאָלט פארלאָרן דעם זינען. אומגעריכט איז ער האסטיק אופגעשפּרונגען פונעם אָרט און זיך צעשריִען: -- דערציילט האָב איך אײַך, נאָר אונטערשרײַבן וויל איך ניט. לויטן געזעץ טאָרט איר מיך ניט צווינגען... איך ווייס די געזעצן... פענענקאָ איז געווען רויִק: אייגנטלעך, האָט ער זיך שוין דערװוּסט, װאָס ער האָט געדארפט. אויב ער װעט קאָנען פּױעלן, אז לאטישעוו זאָל אונטערשרײַבן, איז אוואדע גוט, אניט -- װאָס קאָן מען מאכן? פאר אים, פאר פענענקאָן, איז שוין גענוג אויך דאָס, װאָס ער האָט זיך דערװוּסט, נאָר עפשער פאָרט זיך פּרוּוון אף אן עמעס אים צונויפירן מיט דער טשעבעריאק: אין אזא צו- שטאנד, װי ער איז איצט, וועט ער, מעגלעך, אף דער הייסער מינוט װי געהעריק ארײַנזאָגן ווערען. אינטערעסאנט, וויַאזוי װועט זי זיך האלטן? -- קאָנװאָיי -- טוט א רוף פענענקאָ, צוגייענדיק צו דער טיר. -- פירט ארײַן די ארע- סטירטע. אינגיכן האָט לאטישעוו דערזען, װי בא דער שװועל איז א פארגאפטע גי געבליבן ווערע טשעבעריאק. זי האָט מיט איר שארפן בליק ארײַנגעקוקט לאטישעוון אין די אויגן -- ווערא וולאדימיראָוונא, נאשא מאטקא כעווראקאָו! פּראָסטיטיע גרעשניקאג., -- לאטי- שעוו האָט צונויפגעלייגט די הענט, װי אין א טפילע, און זיך א װאָרף געטאָן צו דער בלייך גע- װאָרענער פרוי. ער האָט זיך אראָפּגעלאָזט אף די קני און גענומען זוכן אירע הענט אף צו קושן זיי. זי אָבער האָט פלינק זיך באהערשט, אָנגעבױיגן זיך צו אים, געהאָלפן אים שטעלן זיך אף די פיס און צארט, קימאט מוטערלעך געזאָגט: -- טײַערער איוואן דמיטריעװויטש, װאָס איז מיט דיר? בארויִק זיך! מער האָט פענענקאָ זיי ניט געלאָזט זיך דורכשמועסן. ער האָט שטרענג באפוילן, זיי זאָלן זיך אוועקזעצן און שװײַגן. -- איר, טשעבעריאק, קענט אָט דעם, וועלכער זיצט אנטקעגן אײַך? -- האָט פענענקאָ שטרענג געפרעגט. --- יאָ. -- ווער איז ער? . -- לאטישעוו איוואן דמיטריעװיטש, -- קומט א קאלטער ענטפער. -- און אײַך, לאטישעוו, איז באקענט די פרוי, װאָס זיצט אנטקעגן אײַך? -- יאָ. ווערא וולאדימיראָוונא טשעבעריאק. נאָך דעם, װי דער אויספאָרשער האָט געשטעלט נאָך עטלעכע אָפיציעלע פראגן, האָט ער זיך געווענדט צו דער פרוי: -- איז אָט, מאדאם טשעבעריאק, לאטישעוו האָט מיר דערציילט, ויאזוי בא אײַך אין שטוב האָט מען דעם 12 מארט אינדערפרי געהארגעט דאָס ייִנגל אנדריושע -- דעם דאָמאָװאָי?. צו- זאמען מיט אים האָבן אָנטײלגענומען באָריס רודזינסקי, איער ברודער פּיאָטער סינגאיעווסקי... װי א ווילדע כײַע האָט די פרוי זיך א װאָרף געטאָן אפן דערשלאָגענעם און מעװוּלבל גע- װאָרענעם לאטישעוון און גענומען אים טרייסלען: -- לײיגסט! -- האָט זי געשריִען.
1 מאמעניו הארציקע, זײַט מויכ? דעם בא?-אװײירעניק.
30
מיט דער הילף פונעם קאָנװאָי האָט פענענקאָ קוים אָפּגעריסן פון לאטישעוון די צערייצטע פרוי. לאטישעוו האָט מיט די ציטעריקע קלײַענדיקע הענט פארשפּיליעט דעם צעכראסטעטן פּידזשאק און, ווי א פארקישעפטער, געקוקט אין טשעבעריאקס זײַט,
-- מאטקא, וי גאָט איז ליב, איך בין ניט יל -- האָט ער קוים ארויסגעבראכט.
--- שווייגט! -- האָט באפוילן דער אױספאָרשער
נאָר טשעבעריאק איז גאָר ניט אָנגעגרײיט געווען. צו שװײַגן.
-- הער אױספאָרשער, איר שאנטאזשירט מיך! -- האָט זי בייז א װאָרף געטאָן. -- איך װעל זיך קלאָגן, פאראן פאר וועמען צו קלאָגן זיך...
פענענקאָ האָט גוט געװוּסט, אז כאָטש טשעבעריאק איז א באװוּסטע פארברעכערן, ווייסט זי גאנץ גוט, װוּ א טיר עפנט זיך. און טירן עפענען זיך פאר דער דאָזיקער פרוי, װי מיט דער הילף פון א קישעף-שטעקעלע. אדאנק טשאפלינסקין עפענען זיי זיך לײַכט אוף -- דאָס האָט שוין דער אױיספאָרשער ניט איין מאָל געפילט. האָט ער דעריבער פאָרזיכטיק אָנגענומען לאטי- שעוון פאר די אקסלען און געהייסן אים איבערכאזערן דאָס, װאָס ער האָט געזאָגט פריִער, איידער מ'האָט אריַינגעפירט אהער ווערע טשעבעריאק,
-- איך ווייס ניט גאָרגישט. קיין פּראָטאָקאָל האָב איך ניט געכאסמעט... אָט!
די דאָזיקע ווערטער האָבן דערפרייט ערע טשעבעריאק.
-- ס'איז ניט לויטן געזעץ, הער פענענקאָ! -- צעשרײַט זי זיך איצט מיט נאָך מער שטאר- קײַט און מאָסטעט זיך אײַן אפן בענקל, װי א זיגערן. -- באפעלט מיך אָפּלאָזן אהיים. איך װעל אײַך אָנקלאָגן צום פּראָקוראָר... צום מיניסטער... איך ווייס גוט, װאָס איר מעגט און װאָס איר טאָרט ניט.
פענענקאָ האָט צוגערופן דעם קאָנװאָיִר, באפוילן אָפּפירן די פרוי, און דעם ארעסטאנט אוועקפירן צוריק אין טורמע.
אין עטלעכע טעג ארום האָט טשאפלינסקי אָנגעקלונגען אין טעלעפאָן צום אױיספאָרשער פענענקאָ און אים פארבעטן צו זיך.
װוי נאָר פענענקאָ איז אריבערגעטראָטן די שװעל פונעם פּראָקוראָרס קאבינעט, האָט ער גלײַך דערפילט די אומפריינטלעכע באציונג מיצאד טשאפּלינסקין. דער פּראָקוראָר איז געזעסן ברייט אין זײַן פאָטעל און אפילע ניט געבעטן דעם אריינגעקומענעם זיך זעצן.
-- וואסילי איוואנאָוויטש, די פּראָקוראטור פון קרײַזיגעריכט האָט מיר איבערגעגעבן צויי אָנקלאָגעס אף אייך... --- האָט אָנגעהויבן דער פּראָקוראָר.
טשאפּלינסקי האָט זיך גענומען ריִען אפן טיש, געפונען די נייטיקע פּאפּירן, אפגיך זיי דורכ-
געלייענט מיט די אויגן און שטרענג א קוק געטאָן אף פענענקאָן.
פענענקאָ קוקט דעם פּראָקוראָר גלײַך אין די אויגן און שװײַגט.
-- איר האָט געהערט? צוויי אָנקלאָגעס... אײַך אינטערעסירט אפילע ניט, פארװאָס עפּעס מיטאמאָל צוויי, וואסילי איוואנאָװיטש?
-- מיך אינטערעסירט יאָ, געאָרגי גאװורילאָװיטש.
-- אָט די איז פון ווערע טשעבעריאק. אלס אױיספאָרשער האָט איר קיין רעכט ניט צו שאנ- טאזשירן דעם, וועמען איר מאכט א פארהער. איר ווייסט מיסטאמע צוט, וועגן װאָס איך רייד צו אײַך?
ס'איז געווען צו מערקן, אז פענענקאָ האָט אינערלעך שטארק זיך געראנגלט, צי זאָל ער ארויסזאָגן דאָס, װאָס ער האָט איבערגעקלערט פאר די לעצטע עטלעכע װאָכן. די פארב האָט אים שוין עטלעכע מאָל א שלאָג געטאָן אין פּאָנעם ארײַן. האָט ער מיטן טיכעלע אָפּגעװישט דעם שטערן און די הענט און סאָפּקאָלסאָף זיך אָנגענומען מיט הארץ:
-- געאָרגי גאװורילאָװיטש, לויט די פילצאָליקע פארהערן, װאָס כ'האָב געמאכט וערע טשעבעריאק און די באזוכער פון איר מאלינע, בין איך געקומען צום אויספיר, אז ניט בייליס איז דער שולדיקער אין יושטשינסקיס מאָרד, נאָר...
טשאפּלינסקי האָט האסטיק זיך אופגעהויבן, גענומען א צײַטונג, װאָס איז געלעגן לעבן אים אפן טיש, און עטלעכע מאָל א פאָכע געטאָן מיט איר פאר פענענקאָס נאָז.
-- ס'איז ניט אײַער געדאנק, מילאָסטיוױי גאָסודאר:, איר כאזערט איבער דאָס, װאָס די ,ייִדישע פּרעסע* שרייבט...
-- ניין, ניין, --- דרייט מיטן קאָפּ דער אױיספאָרשער. -- דאָס איז מײַן איבערצײַגונג אפן סמאך פון אייגענע אויספירן.
ג גנעדיקער הער.
7
--- װוער דארף אײיַערע אויספירן, הער פענענקאָ?
-- װאָס הייסט, ווער? די פּראָקוראטור... די גערעכטיקײַט, די געריכט-אנשטאלטן... -- פאר- ענטפערט זיך פענענקאָ.
-- די גערעכטיקײַט... --- בייזערט זיך טשאפּלינסקי.
-- יאָ, מיר אליין, די געזעלשאפט... דאָס רוסישע פאָלק... -- פּרוּווט װײַטער טײַנען דער אױיספאָרשער.
--- גענוג צו פּרעפּלען, פענענקאָ!
און גאָר אומגעריכט שלעפּט ער ארויס זײַן שוערן שטול פון הינטערן טיש און רוקט זיך צו נעענטער צו פענענקאָס שטול.
--- הערט אויס, וואסילי איוואנאָוויטש. איר דינט שוין לאנג דאָ אין קיעוו אלס אױספאָרשער פאר באזונדערס וויכטיקע איניאָנים. איר פארשטייט -- פאר באזונדערס ויכטיקע איניאָנים. איר זײַט א רוסישער מענטש, צי עפשער...
פענענקאָ האָט אינסטינקטיוו אווק = בענקל פון דעם פּראָקוראָרס שטול.
--- איך בין, נאטירלעך, א רוסישער מע . און די פאקטן און די באװײיזן... --- זאָגט אומ- דרייסט פענענקאָ.
-- איר קאָנט ניט אויסנוצן די פאקטן און באװײַזן אף אזא אויפן, װי דאָס פאָדערט דער מאָנארך.
-- דער מאָנארך דארף גערעכטיקײַט, געאָרגי גאװורילאָוויטש.
דער פּראָקוראָר לויפט צו אפגיך צום טיש און טוט א כאפ דאָס צוגעגרייטע פּאפּירל.
-- אָט דאָ האָט אײַער זון --- שוין א דערוואקסענער יונג -- אָנגעשריבן וועגן זײַן מוטער, אײַער געוועזענער פרוי, װאָס איז געשטאָרבן ניט מיט איר טויט... איר הערט, װאָס איך רייד צו אײַך, וואסילי איוואנאָוויטש? איר זאָגט דאָך -- גערעכטיקײַט, יוישער.. װאָס איז מיט אײַך? איר פילט זיך ניט גוט?
-- איך פיל זיך גוט, -- ענטפערט צעמישט פענענקאָ. דערביי קלערט ער: װי קונציק דער דאָזיקער פוקס, טשאפּלינסקי, האָט צוגעגרייט דעם שאנטאזש.
-- איז אָט, װועט איר אָנשרײַבן א דערקלערונג, װאָס איז עס געשען פאר א געשיכטע מיט אײַער פרוי, וועגן וועלכער עס שרייבט אײַער זון.
פענענקאָ האָט אויסגעצויגן די האנט און געווארט, טשאפּלינסקי זאָל אים איבערגעבן דאָס פּאפּיר.
-- דאָס פּאפּיר איז פאר דעם אױיספאָרשער, װאָס װועט אײַך שטעלן צו א פארהער, הער פענענקאָ.
--- איך וויל א קוק טאָן, ווער האָט עס געשריבן? -- זאָגט שטיל פענענקאָ.
--- וער? אײַער זון.
-- דאָס קאָן ניט זײַן, הער פּראָקוראָר.
-- ס'וועט קומען די צײַט, וועט מען אײַך דאָס פּאפּיר באװוײיזן...
מיט א נייג פונעם קאָפּ האָט דער פּראָקוראָר צו וויסן געגעבן דעם אויספאָרשער, אז דער שמועס צווישן זיי איז פארענדיקט.
א פרישע פּראַװאָקאציע
אין א שאבעסדיקן טאָג אָנהײב ווינטער האָט מען לעבן איינעם פון די קיִעווער באָטעמעדראָ- שים אין א געסל ניט װײַט פון גרויסוואסילקאָווער געקאָנט זען, װי עס דרייט זיך ארום א פאר- שוין אין א לאנגער פויערישער סוויטקע, װאָס האָט אים געגרייכט ביז די אויסגעפּוצטע יוכטאָווע שטיוול. אז מע זאָל געווען זיך גוט צוקוקן צו דעם פּארשוין, װאָלט מען לויטן שמאָלן שטערן און לוט די טיף אײַנגעגראָבענע מײַזלשע אייגעלעך געקאָנט דערקענען איוואן קאָזאטשענקאָן, וועלכן מע האָט די טעג ארױיסגעלאָזט פון לוקיאנאָווקער טפיסע.
שוין א פּאָר מאָל האָט ער זייער פאָרזיכטיק אָפּגעשטעלט אייניקע ייִדן, װאָס האָבן געשפּאנט פון קלויז צום שאבעסדיקן טיש, װוּ עס האָבן געווארט װײַב און קינדער. אייניקע האָבן אפילע ניט געװאָלט זיך אָפּשטעלן מיט אים, אנדערע, װידער, האָבן זיך פארינטערעסירט מיט דעם פּאפּירל, װאָס קאָזאטשענקאָ האָט ארויסגעצויגן פונעם בוזעם און געטיטשעט אין די אויגן.
-- טאקע פון בייליסן אליין? --- האָט איינער פון די ייִדן געפרעגט.
-- יאָ. צו זײַן װײַב עסטער, --- זאָגט קאָזאטשענקאָ.
מענטשן שטעלן אָן מויל און אויערן, מע באטראכט דעם בריוו, װאָס איז אָנגעשריבן אף א הערבאָוון פּאפּיר.
8
--- און אָט איז מענדל בייליסעס כסימע, -- טײַטלט קאָזאטשענקאָ מיטן פינגער.
-- טאקע, -- טוט עמעצער א בורטשע, אומקערנדיק קאָזאטשענקאָן דאָס פֹּאפּיר. -- אָבער וי קומט עס צו אײַך?
-- פאָשעט, --- ענטפערט קאָזאטשענקאָ, -- איך בין מיט בייליסן געזעסן אין טורמע. אוי, האָט ער געוויינט, אײַער מענדל, ווען מע האָט מיך באפרייט! איבער א נארישקײײַט זיך ארײַנגע- כאפט צו די קוילערס אין די הענט. מענדל איז אין קאמער געווען מײַן בעסטער פריינט.
--- איר הערט, װאָס דער מענטש דערציילט?.
און אז עמעצער האָט געסאָפּעקט דערין, װאָס די סוויטקע האָט דערציילט, האָט מען אים גענומען איבערצייגן אזוי, אז יענער האָט געמוזט אָפּװישן די ליפּן און זיך אָפּרוקן.
עס האָבן זיך געפונען גענוג מענטשן, װאָס האָבן געגלייבט אָדער געװאָלט גלייבן, אז דער בריוו איז טאקע פון בייליסן. קאָזאטשענקאָ האָט זיי אוועקגעפירט אין א הויף און דאָרט מעגאלע- סאָד געווען, אז מע דארף צונויפנעמען עטלעכע רובל פאר מענדלס װײַב און קינדער און פאר מענדלען אליין. דאָרטן, אין טפיסע, װעט מען פאר געלט אים אלץ קויפן. װי קאָן מען דערלאָזן, אז אן אומשולדיקער מענטש זאָל הונגערן!
--- און אז מע װעט צונויפנעמען געלט, איז ויאזוי װעט קומען די קאץ איבערן וואסער?! -- האָט מען געװאָלט וויסן.
זייער פּאָשעט: ער, דער פּויער אין דער סוויטקע, װאָס איז אָקאָרשט באפרײיַט געװאָרן, האָט א צאד אין טפיסע צװישן די נאדזיראטעלעס. זיי װעלן פאר א קלײניקײַט איבערגעבן מענדלען דאָס געלט, און מענדלס ווייב װעט ער אליין, דער באפרייַטער פּױער, איבערגעבן. אָט האָט ער פון איר, טאקע פון מענדלס װײַב עסטער, באקומען א צעטעלע פאר מענדלען. ער קען זי גאנץ גוט, ניט דאָס ערשטע צעטעלע בא איר גענומען פארן מאן.
איז וי גלייבט מען ניט א מענטשן, װאָס שווערט זיך. אזוי און ציילעמט זיך? האָבן זיך טאקע געפונען אזעלכע, װאָס האָבן געגעבן קאָזאטשענקאָן פארן אומגליקלעכן מענדל, וויפל זיי האָבן געקאָנט. מיילע, טאָמער נארט ער אָפּ, איז א קאפּאָרע די עטלעכע גראָשנס. און אויב ס'איז עמעס, װעט מען דאָך האָבן א מיצווע. וער עס האָט אום שאבעס ניט געהאט בא זיך קיין מינץ, האָט אויסגעליען בא א שאָכן... קאָזאטשענקאָ האָט צונויפגענומען שיינע עטלעכע רובל, דערנאָך האָט ער ארויסגעשלעפט א בויגן פּאפּיר און געבעטן, אז עמעצער זאָל אף זיך נעמען די טירכע און לויט א ליסטע צונויפקלייבן נעדאָװעס פאר דעם אומגליקלעכן בייליסן.
-- אָט דאָ אפן פּאפּיר, -- האָט קאָזאטשענקאָ געטײַטלט מיט א נאָגל, -- זאָל יעדערער אָנשרײַבן זײַן נאָמען און פאמיליע און זיך כאסמענען.
צוגענומען די עטלעכע קערבלעך, האָט קאָזאטשענקאָ איבערגעלאָזט דאָס פּאפּיר און איז נעלעם געװאָרן.
א מאנצבל אין א קאסטאָרענער שליאפּע האָט מיט גוואלד אויסגעריסן דעם בויגן פּאפּיר און, ארופרוקנדיק דעם קאפּעליוש העכער אפן שטערן, געזאָגט:
-- עפּעס געפעלט מיר ניט דער פּארשוין. בא מיר שטייט אײַן אף קווארטיר א מיטארבעטער פון ,קיעווסקאיא מיסל". איסיי כאָדאָשעװו רופט מען אים. װעל איך דאָס אים באװײַזן. ער פאר- שטייט גוט אין אזעלכע איניאָנים. לאָמיר הערן, װאָס ער וועט זאָגן.
כאָדאָשעװו האָט אופמערקזאם באטראכט דעם צעווירעטן בויגן פּאפּיר, װאָס פון אויבן איז אף אים געווען אָנגעשריבן מיט קליינע אויסיעלעך, אז ,מיר, ייִדן פון קייעװער קאָהאָל, פון דער אָבשטשינע, זײַנען מענאדעוו לעטויוועס מענדל בייליסן קאך וועקאך און רופן אלע אָבשטשינעס שענקען, וויפל איטלעכער קאָן און האָט בעיאד...* צום סאָף פונעם פּאפּיר איז געווען אָנגעצײיכנט: ראָש פון דער אָבשטשינע, סעקרעטאר און קאסיר.
-- פּײַן אָרגאניזירט, א װוויל שטיקל ארבעט, -- האָט כאָדאָשעװו געשמייכלט. -- און וי זעט אויס דאָס פּארשוינדל, װאָס האָט אײַך געגעבן די דאָזיקע מאטאָנע? -- האָט געפרעגט כאָדאָשעװו.
אויסגעהערט, װי מע האָט אָנגעמאָלט קאָזאטשענקאָן אין דער סוויטקע מיט די געפאלדע- וועטע כאָליעווקעלעך, מיטן היטשקעלע, װאָס קריכט ארויס פון אונטער דעם יאָלעם, האָט כאָדאָשעװו צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ:
-- ער װײַזט מיר אויס צו זיַן פון די ,סאָיוזניקעס", פון די שיינע-לײַט. אוי, וויינען די קאָפּעקעס, װאָס די ייִדן האָבן אים געגעבן!
כאָדאָשעװו האָט באשלאָסן אוועקגיין צום אדװאָקאט ארנאָלד דאװידאָוװויטש מארגאָלין, וועגן וועמען מע רעדט, אז ער ועט זײַן איינער פון בייליסעס פארטיידיקער, אויב עס װעט דערגיין צו אן עפנטלעכן פּראָצעס. מיט אים װעט ער זיך מעיאשעוו זײַן.
39
רטע סאי היהיש
מארגאָלין איז גאנץ ברייט באקאנט געוען אין קיִעוו אלס געזעלשאפטלעכער טוער. ער האָט געשטאמט פון א רײַכער פאמיליע. דער פאָטער זײַנער האָט פארמאָגט גרויס אשירעס: פיל הײַזער אין שטאָט און עטלעכע שיפן אפן דניעפּער. וועגן דעם איז געווען באװוּסט. נאָר ניט בא- װוּסט איז געווען די צאָל אקציעס אין פארשיידענע קאָמפאניעס און געזעלשאפטן, און די, וועלכע זײַנען געלעגן אין זײַן סייף. דער אדװאָקאט פלעגט זאָגן: ;ווען איך פארמאָג א צענטכיילעק פון מײַן טאטנס אויצרעס, װאָלט איך פארשפּאָרט זיך פארנעמען מיט יי א
בייזע צינגער האָבן ניט אופגעהערט צו טײַנען, אז נישקאָשע, ווען זי האָבן דאָס, װאָס דער אדװאָקאט מארגאָלין קאָן זיך פארגינען אין סאָכרים-קלוב פארש : אין אָקע, װאָלטן זיי שוין געקאָנט כאסענע מאכן די קינדער און קינדסקינדער. נאָר װי עס זאָל ניט זײַן, ארנאָלד מאר- גאָלין איז בעפיירעש געוען זייער א סאָלידער אדװאָקאט מיט גרויסער פּראקטיק, א באקאנטער און כאָשעװער געזעלשאפטלעכער טוער. ער האָט שטארק איבערגעלעבט די געשיכטע מיט בייליסן.
נאָך מיט עטלעכע װאָכן צוריק האָט מארגאָלין זיך שטארק פארינטערעסירט מיט דעם איניען יושטשינסקי, און ער איז געווען צופרידן, װאָס כאָדאָשעװו איז געקומען צו אים מיט אָט דער ליסטע.
--- אין אײַער צײַטונג, -- האָט מארגאָלין געזאָגט, -- ארבעט דער זשורנאליסט בראזול- ברושקאָווסקי, איר קענט אים מיסטאמע און ווייסט אויך וועגן דעם, אז ער וויל דערװײַזן, װער עס זײַנען די עמעסע מערדער פון יושטשינסקין.
-- בראזולן קען איך אויסגעצייכנט, -- שטעלט ארײַן כאָדאָשעװ, -- א וווילער מענטש מיר איז באװוּסט, אז ער פאָרשט פּריוואט דעם אינין ען וועגן דעם מאָרד איבער יושטשינסקין.
-- בעפיירעש א וװווילער מענטש. ערשט ניט לאנג איז בראזול געווען אין אונדזער אדװאָ- קאטן-געזעלשאפט, װאָס געפינט זיך, אגעוו, אין איין הויז, נאָר אף אן אנדער שטאָק, מיטן אויס- פאָרשער פאר באזונדערס וויכטיקע איניאָנים --- פענענקאָ, וועלכער פירט דעם איניען. האָט ער, בראזול, מיר אָנגעװיזן די פרוי טשעבעריאק, װאָס איז, אפּאָנעם, אָקאָרשט ארויס פון פענענקאָס קאבינעט. כאָטש א האלב פּאָנעם איז בא איר געווען פארבאנדאזשירט, דאָך האָט מען זיך גע- קאָנט פאָרשטעלן, װוי זי זעט אויס. דעם עמעס געזאָגט, װאָלט איך א באלן געווען מיט איר זיך באקענען, זיך דערוויסן, װאָס איז דאָס פאר א יעפייפע, וועגן וועלכער עס גייען אום לעגענדעס און, פון דער צווייטער זײַט, װאָלט איך מוירע געהאט, זי זאָל זיך צו מיר ניט זאנאדיען, װײַל האָבן צו טאָן מיט אזא פּארשוין איז גאָר ניט קיין גרויסער פארגעניגן. בראזול איז מיט איר פארבונדן. ער האָט א כשאד, אז זי האָט אָנטײלגענומען אין דעם מאָרד איבער יושטשינסקין. ער ויל, זי זאָל אליין זיך פאר אים מיסוואדע זײַן. ,פארװאָס איז זי געווען פארבאנדאזשירט?"-- האָב איך געפרעגט בא בראזולן. דערציילט ער מיר, אז דאָס האָט זי צענעריקט איינער פון אירע געליבטע -- א פראנצויז מיטן נאָמען מיפלע, וועלכער האָט צוליב אינטימע אָנגעלעגנהײַטן זי געסטראשעט, אז אוב זי װעט זיך מיט אים ניט באגעגענען, װעט ער זי אויסגעבן דער פּאָי ליציי. ער ווייסט גענוי, אז זי און איר לײַבלעכער ברודער סינגאיעווסקי האָבן געהארגעט יושטשינסקין. אונדז איז באװוּסט, אז שוין מיט א לאנגער צײַט צוריק האָט ווערע טשעבעריאק אין ליבע-עקסטאז אויסגעברענט דעם פראנצויז די אויגן, און איצט האָט ער בלינדערהייט זי צעקארדאשעט, װיל די טשעבעריאטשקע צוציִען דעם פראנצויז צום געריכט. זי האָט אויסגע- טראכט, אז מיפלע צוזאמען מיט יושטשינסקיס עלטערן האָבן געהארגעט דאָס ייִנגעלע.
בראזול וויל, קלוימערשט, אנטדעקן די גאנצע מײַסע, אָבער צוליב דעם דארף מען פאקטן, שאנטאזשירט זי אים.
אויך אין אונדזערע אדװאָקאטן-קרײיַזן מיינט מען, אז טשעבעריאק און אירע לײַט זײַנען די עמעסע מערדער, און ניט מיפלע. ס'איז אויך באװוּסט, אז ווען פענענקאָ האָט איר גענומען דער- זוײַון, אז זי מיט איר קאָמפּאניע זײַנען די שולדיקע, האָט זי פארקאטשעט א היסטעריקע און געשריען, אז פענענקאָ װיל באהאלטן פון דער געזעלשאפטלעכער מיינונג דעם פאקט, אז בייליס מיט די ייִדן האָבן צוליב ריטועלע צוועקן געטייט דאָס ייִנגל. דאָס באװײַזט, אז בראזולן דער- ציילט זי א מײַסע וועגן מיפלען, וועגן יושטשינסקיס עלטערן און וויל אים פארפּלאָנטערן מיט א ליבע"געשיכטע. אָבער אין די געריכט-אנשטאלטן איז זי דער רופּאָר פון יענע, וועלכע גרייטן דעם בילבל. איר פארשטייט, כאָדאָשעװ?
-- כ/פארשטיי, ארנאָלד דאװידאָװויטש.
-- איר פארשטייט געוויס אויך, אף וויפל עס איז וויכטיק, װאָס איר האָט מיר געבראכט אָט דאָס פּאפּיר. מיר וועלן עס אויסנוצן אף צו דעמאסקירן די קויכעס, װאָס שטייען הינטער דער סוויטקעס פּלײיצע.
מארגאָלין האָט איבערגעכאפּט דעם אָטעם און װײַטער גערעדט:
10
-- עס איז וויכטיק, אז בראזול-ברושקאָווסקי זאָל זיך אָפּזאָגן פון דער ווערסיע, װאָס ווערע טשעבעריאק וויל אים אײַנרײדן. די דאָזיקע פרוי פארמאָגט, װײַזט אויס, א שטארקע אופוויר- קונגס-קראפט. אפילע אזא אָרנטלעכער מענטש, וי בראזול, הייבט איר אָן צו גלייבן. ער וויל איבערצײיגן פענענקאָן, אז די ווערסיע וועגן מיפלע איז אן עמעסע. אײַער אופגאבע, יונגערמאן, איז אופצוקלערן אײַער פּען-קאָלעגע, ער זאָל זיך אָפּזאָגן פון דער דאָזיקער ווערסיע. דערװײַזט אים, אז ער האָט א טאָעס. די טשעבעריאטשקע איז פיייָק אראָפּפירן פונעם וועג, פארפּלאָנטערן די גרעסטע קרימינאליסטן. מיר װעלן עס ניט דערלאָזן. מיר, יוריסטן, האלטן זיך בא דער דייע, אז דער מאָרד איז פאָרגעקומען בא דער טשעבעריאטשקע אין שטוב,
וי איר ווייסט, מיסטאמע, איז אף דעם געדאנק געפאלן אויך דער פּריסטאוו ניקאָלײַ קרא- סאָווסקי, און אונדז כידעשט, װאָס בראזול-ברושקאָווסקי, וועלכער איז ענג פארבונדן מיט קרא- סאָווסקין, גלייבט דער פארברעכערן, און ניט דעם פּריסטאוו.
-- אין װאָס זשע, אייגנטלעך, באשטייט מײַן אופגאבע?
-- איר זאָלט דערציילן דעם דאָזיקן איידלמוטיקן מענטשן, אײַער בראזולן, אז אונדזער מיינונג, כאָטש ער ווייסט עס, איז א פעסטע, און אז די ווערסיע מיטן פראנצויז... איך האָב אײַך שוין געזאָגט.
-- גוט, גוט, כ'וועל אים איבערגעבן.
צו יענער צייט האָט גאָלוביאָוו ארויסגערופן צו זיך אין רעדאקציע פון , דוווּגלאווי אָריאָל* ווערע טשעבעריאק און פארפירט מיט איר אזא שמועס:
-- צי האָט איר ניט געטראכט, ווערא װולאדימיראָוונא, אז דאָס, װאָס דער מיטארבעטער פון רעדאקציע , קיעווסקאיא מיסל" בראזול-ברושקאָווסקי האָט פארפירט מיט אײַך אזא נאָענטע באקאנטשאפט, קאָן ברענגען צו טרויעריקע רעזולטאטן?..
-- פארװאָס מיינט איר אזוי, וולאדימיר סטעפאנאָװיטש? -- האָט טשעבעריאק זיך דער- שראָקן. --- אָט די די צייטונגס-מויז ווייסט, אז מיפלע איז דער מערדער...
-- װאָס פאר א מיפלע?
-- דער פראנצויז, מײַן אלטער באקאנטער, -- גיט צו טשעבעריאק.
--- מיפלע גאָר?..
-- זאָג איך דאָך אײיך, זולאדימיר סטעפּאנאָװיטש, אז בראזול-ברושקאָווסקי הייבט אָן צו גלייבן, אז טאקע דער פראנצויז מיט אנדריושקעס שטיפפאָטער...
-- ווארט, ווארט, -- שלאָגט איבער עאָלוביאָו, עפעס איז אים ניט אינגאנצן קלאָר די געשיכטע מיטן פראנצויז. דאָס סטודענטל האָט געהאט בלויז איינס אין זינען: װאָס מער פאר- ווארפן מיט שמוץ דעם ייִדן מיט דער שווארצער באָרד. -- הערט אויס, ווערא וולאדימיראָוונא, בלויז מײַן אייצע: פארנעמט זיך װאָס ווייניקער מיט אָט דעם בראזולן, ער װועט אײַך איבער- כיטרעווען.
-- מיך? -- שטעלט זיך אוף טשעבעריאק. -- װײַזט אויס, גאָלוביאָוו, אז איר קענט נאָך ניט ווערא די טשינאָווניצע... --- די אויגן אירע צינדן זיך אָן מיט רעציכע און גאדלעס. -- איר קענט מיך ווייניק, גאָלוביאָוו.
דער סטודענט האָט זיך צעלאכט. אים האָט פארדראָסן, װאָס אָט די האלב-גראמאָטנע פרוי שטעלט זיך העכער פון אים, דעם פירער פון דער קיעװער מאָנארכיסטישער סטודענטשאפט. ער האָט אָבער ניט געװאָלט זיך צעקריגן מיט איר: זי איז דאָך פאָרט א געהאָרכזאם געווער אין זײַנע הענט, האָט ער גענומען ריידן מיט א שמייכל:
-- זײַט ניט אזוי אופגערעגט, מיר דינען דאָך ביידע איין זאך -- כ'האָב אײַך שוין אמאָל געזאָגט וועגן דעם. נאָר בראזולן פארטרייבט פון זיך.
-- אייך איז גוט צו זאָגן, ער קריכט אָבער ארײַן אין דער נעשאָמע. אז איך וויל אים ניט ענטפערן אף עפּעס, סטראשעט ער...
-- ער סטראשעט? אזא פּאָדלעץ! וי וואגט ער! איין מיטל נאָר -- טרײַבן אים פון זיך.
-- ער לאָזט זיך ניט. ער איז א קלעפּיקער, װוי א פליג.
-- צום טיול אזא פליג! -- שרײַט אויס גאָלוביאָוו. --- הערט, װאָס מיר װעלן אײַך אייצען, זוערא וולאדימיראָוונא: זאָגט איר, דער דאָזיקער פליג אײַערער...
-- בראזולן?..
-- יאָ, בראזולן, אז איר זײַט גרייט צו נעמען אף זיך די שוּלד פארן מאָרד איבער יושטשינסקין.
--- װאָס רעדט איר, וולאדימיר סטעפּאנאָװיטש?!
-- שרעקט זיך ניט, מײַן טײַערע, איר זאָלט זיך נאָר ניט שרעקן. זיצט רויַק.
41
--- וויאזוי קאָן מען זײַן רויִק? גרינג צו זאָגן: נעמען אף זיך די שולד... װאָס רעדט איר? -- ווערט צעקאָכט טשעבעריאק.
-- מיר ווייסן, מיר ווייסן, אז איר זײַט אן אומשולדיקע נעשאָמע.. בארױיקט זיך, ווערא וולאדימיראָוונא. די גאנצע וועלט ווייסט... --- ער מאכט א קליינע פּויזע, קוקט אף איר אופמערק- זאם און זעצט פאָר: --- איר װועט געבן אָנצוהערן דעם מיטארבעטער פון ,קיִעווסקאיא מיסל", אז איר זײַט גרייט... שלאָגט זשע ניט איבער. אוי, װי הייס איר זײַט, ווערא וולאדימיראָוונא. איך שטעל זיך פאָר, װאָס פענענקאָ האָט פון אײַך אויסצושטיין...
-- אָ, איר קענט מיך נאָך ניט! -- און טשעבעריאק צעלאכט זיך, אנטבלויזט דערבײַ אירע װײַסע ציין. --- מיך קאָן מען מיט די הוילע הענט ניט מע אָ, ניין, וולאדימיר סטעפּאנאָװיטש.
-- גוט, ווערא זולאדימיראָוונא, זיצט רויַק און הערט װײַטער. װעט איר קומען צו אים..
-- איך גיי ניט צו אים, ער קאָן ווארט! --- שרײַט זי אויס. --- ער קומט צו מיר.
--- נו, װוויל. אז ער װעט קומען צו אײַך, זאָלט איר אים אופגעבן דעם דאָזיקן פּלאן
-- איך האָב נאָך ניט באנומען אײַער פּלאן...
-- אך, גאָט מיײַנער! פּאָשעט און קלאָר, װי דער טאָג. איר זאָגט אים אזוי: ;הער בראזול, גיט איבער אײַער קאגאל, אז װוערע טשעבעריאק איז מאסקים צו נעמען אף אי דעם מאָרד, אויב אײַער קאגאל װעט אױיסצאָלן?.
--- אױיסצאָלן?!..
-- יאָ, אױיסצאָלן. אפילע אזא פארגעניגן טאָר מען זי ניט אָפּגעבן אומזיסט. איר האָט פארשטאנען?
--- וויפל זאָל איך זיך הייסן אויסצאָלן?
--- וויפל דאָס הארץ עלוסט. איר זאָלט צו אים טיינען אזוי: אז איך על אף זיך נעמען די שולד, זאָל דער קאגאל אָנדינגען די בעסטע אדװאָקאטן אף צו פארטיידיקן מיך, אין פאל, אויב מע װעט מיך איבערגעבן צום געריכט. און אז מע װעט מיך פריי לאָזן נאָכן געריכט, וויל איך אן אויסלענדישן פּאס, איך זאָל מיט מײַן מאן און קינדער...
-- קינדער... שוין געבליבן איין קינד בא מיר... -- זאָגט זי מיט אן אראָפּגעלאָזטן קאָפּ.
-- יאָ, װויל איך מיטן מאן און קינד נאָך די איבערגעלעבטע שווערע כאדאָשים זיך אָפּרוען אין אויסלאנד אף א קוראָרט.
-- כאדאָשים װעט עס געדויערן? -- האָט ווערע זיך דערשראָקן.
-- עס רעדט זיך אזוי, ווערא וולאדימיראָוונא. דערצו װועט ניט דערגיין, זײַט רויַק: וי נאָר איר װעט באקומען בא זיי די טויזנטער, װעלן מיר טייקעף מעלדן טשאפּלינסקין, און ער װעט שוין וויסן, װאָס ער האָט צו טאָן...
טשעבעריאק קוקט מיט ברייט צעעפנטע אויגן, און אירע באקן ווערן לײַכט פארויטלט. זי האָט ערשט איצט אָנגעהויבן באנעמען דעם טאָך, וועגן װאָס גאָלוביאָוו האָט מיט איר די גאנצע צײַט געטײַנעט
-- װאָס כידעשט איר זיך? איר דארפט זײַן געװוינט צו טאָן, װאָס מיר הייסן אײַך.
--- און אויב ניט, זולאדימיר סטעפּאנאָװיטש?
גאָלוביאָוו דערזעט אין אירע אויגן א בייז, פארביסן פייערל. אפילע ער, דער דורכגעטרי- בענער סקאנדאליסט, דערפילט זיך ניט מיט אלעמען.
-- איך זאָג, אז שטענדיק דארפט איר זײַן גרייט אויסצופילן דאָס, װאָס מיר הייסן אײַך, װײַל איר זײַט א געטרײַע פּראװאָסלאװונע פרוי. פארשטייט מיך ריכטיק, גאָספּאָזשא טשעבעריאק.
פארגעסט ניט, אז הינטער אײַערע פּלייצעס שטייט דאָס פּראװאָסלאװנע רוסלאנד.
-- רעכט! איך װעל טאָן, װאָס מע דארף, וולאדימיר סטעפּאנאָװיטש.
-- בין איך זייער צופרידן. -- גאָלוביאָוו שמייכלט צוגעלאָזט. --- גלייבט מיר, ווען איך זאָל זײַן א גאלעך און איר זאָלט קומען צו מיר זיך מיסוואדע זײַן, װאָלט איך אײַך פארגעבן אלע אײַערע זינד.
-- װאָס זשע, איר גלייבט, אז איך בין זינדיק? -- צעלאכט זיך טשעבעריאק. -- ניין, זאָגט טאקע, איך בין א זינדיקע?
גאָלוביאָוו האָט ניט געענטפערט דערוף, געבליבן זיצן עטװאָס פארלוירן, מיט אראָפּגעלאָזטע אויגן, ניט געוואגט אפילע אופהייבן דעם קאָפּ.
טשעבעריאק האָט איר פארסיגנעטן ווייזפינגער צוגעלייגט צו גאָלוביאָווס קין און געפּרוּווט אים אופהייבן דעם קאָפּ,
-- װאָס האָט איר מוירע מיר צו קוקן אין די אויגן, וולאדימיר סטעפּאנאָװיטש, װוי שעמט איר זיך ניט אזוי שלעכט טראכטן וועגן מיַר? איי-איי-איי!
42
אזעסדיק פאריסן דעם קאָפּ, האָט גאָלוביאָוו א קוק געטאָן אף זײַן פּארטניאָרשע און ציניש געזאָגט:
-- איר זײַט דאָך א פרוי, ווערא וולאדימיראָוונא, איז ווער ווייסט...
-- איר באליידיקט מיך.
-- בעט איך מיר אנטשולדיקף -- גאָלוביאָוו האָט גענומען איר האנט און זי א דריק גע- טאָן. --- נו, גייט געזונטערהייט און האָט דערפאָלג.
ווען זי איז שוין געשטאנען בא דער שועל, האָט ער איר נאָכגעשריִען:
-- פארגעסט ניט, מיר ווארטן אף אײַך!
ווערא וולאדימיראָוונא איז געווען צופרידן. נאָך דעם היינטיקן שמועס מיט גאָלוביאָוון האָט זי דערפילט, אז דער אָנפירער פון די היגע שווארצמייעניקעס האָט איר געגעבן זײַן בראָכע און זי קאָן איצט גיין וי איבער אן אײַזערנער בריק.
דאָס זיסע געפיל פון נעקאָמע איבער דער צײַטונגס-פלוי בראזול-ברושקאָווסקי האָט איר צוגעגעבן נײַע ענערגיע. זי װעט בא אים די נעשאָמע ארויסנעמען, זי װעט אױסלאָזן צו אים דעם גאנצן קאס, װאָס זי טראָגט אף די , ליאגאווע" און אף יענע, װאָס װוילן בא איר זיך דער" שלאָגן דעם עמעס וועגן דעם בײַסטרוק. אָט דער בראזול מיט די פארדרייטע װאָנצעלעך װעט בא איר האָבן קאלט און ווארעם. נישקאָשע, ער האָט עס פארדינט, זאָל ער וויסן, װי צו קריכן איר אין דער נעשאָמע...
בראזול איז געקומען צו וערע טשעבעריאק וי געוויינלעך, ווען דער מאן אירער איז געווען אף דער ארבעט אין פאָטשטאמט. זי האָט אים באגעגנט מיט א שמייכעלע.
-- אָ, סטעפאן איוואנאָוויטש, מאָיאָ פּאָטשטעניע! װוּ זײַט איר עס פארפאלן געװאָרן? .
בראזול האָט א קנייטש געטאָן מיטן שטערן. אים איז ניט געפעלן דער אופנאם. שטענדיק באגעגנט זי אים צוריקגעהאלטן, אומצופרידן, מיט באהאלטענע אויגן, װאָס קוקן ניט אין זײַן זײַט. דאָס מאָל האָט זי כוצפּעדיק געקוקט אים אין פּאָנעם ארײַן.
-- װאָס זײַט איר אזוי דערשלאָגן, מײַן גנעדיקער סטעפּאן איוואנאָוויטש? --- און װײַל ער האָט געשוויגן, איז זי געװאָרן אופגעלייגטער: -- װאָס איז עס מיט אײַך, עפּעס האָט געטראָפן אין איער רעדאקציע? אָדער עפשער איז דאָס װײַבל אנטלאָפּן מיט אן אָפיצער? שעמט זיך ניט, מײַן הער, אזוינס טרעפט הײַנטיקע צײַטן.
אז עפּעס איז פאָרגעקומען מיט װערע טשעבעריאק, איז פאר דעם קלוגן, מעיושעװדיקן בראזולן גאנץ קלאָר געווען. אָבער בא אזא קאפּריזער און צעבאלעװועטער פרוי, װי טשעבעריאק, איז שווער גלײַך, פונעם ערשטן קוק, עפּעס צו דערוויסן זיך. דעריבער מוז מען צוּווארטן, ביז זי ועט אליין אלץ אויסדערציילן.
-- איר האָט עפשער געבראכט עפּעס נײַס? -- האָט װערע שוין רויִק געפרעגט. -- וועגן מיפלע האָט איר זיך עפּעס דערװוּסט? כ'האָב אײַך ריכטיק געזאָגט, אז מיפלע איז דער ווירקלע- כער מערדער פון דעם דאָמאָװאָי...
--- וויאזוי זאָגט איר, ווערא וולאדימיראָוונא, --- דאָמאָװאָי?..
-- פאר אייך איז דאָס א נײַס, מיר האָבן גערופן דעם בײַסטרוק --- דאָמאָװואָי.
-- ווער איז דער ,,מיר"?
--- מיר, מיר, סטעפּאן איוואנאָוויטש...
איצט האָט בראזול דערפילט צערײיצטקײַט אין איר שטים. בראזול האָט פארשטאנען, אז עפּעס פארדריסט איר, האָט ער דעריבער איבערגעכאזערט מיט א צולאָכעסדיקער אײַנגע- שפּארטקייַט:
-- איך פרעג, ווערא וולאדימיראָוונא, ווער איז דאָס דער /מיר"?
-- אײַך האָט זיך אויסגעדוכט. איך נעם קינמאָל קיינעם ניט ארײַן אין קאָן. איך מיט מײַנע קינדער פלעגן שטענדיק אנדריושקען רופן --- דאָמאָװאָי.
-- נאָר איר מיט אייַערע קינדער?
-- יאָ, יאָ, יאָ, איך מיט מיינע קינדער! -- האָט זי קימאט אויסגעשריען.
-- און איך האָב געמיינט, אז איר און מיפלע... -- זאָגט בראזול-ברושקאָווסקי רויִק.
-- איך און מיפלע?! -- סטארטשעט זי אויס די אויגן. --- ניין, מיט מיפלע האָבן מיר קיין שום געמיינזאמס ניט. גאָט באהיט!
-- און איך האָב געמיינט...
-- איר פּלאָנטערט די גאנצע צײַט, סטעפּאן איוואנאָוויטש. -- זי זעצט זיך צו אף א בענקל און פרעגט געלאסן: -- איר אײַלט זיך אוועקצוגיין?
-- איר ווילט, איך זאָל אײַך פארלאָזן?
23
--- ניין, כ/האָב דאָך אײַך געזאָגט: מײַן מאן איז אין פּאָטשטאמט און ליודאָטשקע איז בא א שכיינע.
כאָטש בראזול איז שוין געװוינט געווען צו טשעבעריאקס צװײידײַטיקע רייד, איז ער דאָך רויט געװאָרן. זי האָט עס באמערקט.
-- װי קומט עס, אז איר, דער געערטער רעפּאָרטיאָר פון ,קיִעווסקאיא מיסל", זאָל זיך שעמען, װי א בארישניע, װאָס איז דאָס ערשטע מאָל ארויס אפן קרעשטשאטיק.. לייגט צו אן אויער, סטעפּאן איוואנאָוויטש, װעל איך אײַך עפעס זאָגן. איר גייט צו מיר שוין עטלעכע כאדאָ- שים. און קראסאָווסקי איז אויך אהער געגאנגען, און װוער ניט... איר אלע ווילט מיך פארשיטן..
-- גאָט באהיט! װאָס רעדט איר?
ווערא וולאדימיראָוונא פארנעמט די האָר, לייגט אויס שענער דעם בייגל אפן שפּיץ קאָפ, פּודערט זיך צו און זאָגט, קוקנדיק אים אין די אויגן:
--- אלציינס מיינט איר דאָך אלע, אז איך בין שולדיק אין דערמאָרדן דעם בײַסטרוק. איז הערט, װאָס איך װעל אײַיך זאָגן.
-- איך הער.
-- איר קאָנט איבערגעבן אײַער קאגאל, אָדער די, מיט וועמען איר זײײַט פארבונדן, אז איך בין גרייט צו נעמען אף זיך די שולד אין דעם מאָרד איבער יושטשינסקין...
-- איר?! ,
-- יאָ. איך. װאָס כידעשט איר זיך? איר טראכט דאָך סײייווי, אז אין מײַן מאלינע.. איר מיינט, איך ווייס ניט?
בראזול ענטפערט דערוף גאָרניט. ער ווארט מיט אומגעדולד, װאָס נאָך װעט זאָגן די מאדאם טשעבעריאק. זי לאָזט זיך לאנג ניט בעטן און רעדט װײַטער:
-- קאָנט איר זאָגן אײַער קאגאל, אז איך בין גרייט, אָבער... -- זי שלאָגט זיך אליין איבער, קוקט אף בראזולן, יענער זיצט רויַק, װײַזט ניט ארויס קיין סימאָנים פון אינטערעס. -- סטע" פּאן איוואנאָוויטש, עפּעס זײַט איר הײַנט אינגאנצן קאלטבלוטיק צו מיַינע רייד...
-- פארװאָס? וי שטענדיק, הער איך אופמערקזאם.
--- איז זאָגט זיי, אז דאָס װועט זי קאָסטן אן ערעך פערציק טויזנט רובל...
-- פארװאָס עפּעס אזא כעזשבן, ווערא וולאדימיראָוונא?
-- אזוי מאכט עס אויס. אז מע װעט מיך ארעסטירן, דארף דער קאגאל שטעלן די גרעסטע אדװאָקאטן, מע זאָל מיך ארויסנעמען פון דער פּאָליצײ און פון די הענט פון די ריכטער און פּראָקוראָרן. זיי װועלן זיצן דאָרטן, די ריכטער, מיט די שװוערע קייטן אפן האלדז און אף דער ברוסט, און מישפּעטן מיך, אן אומשולדיקע. דארף מען דערװײַזן מײַן אומשולד. איר פארשטייט, סטעפּאן איוואנאָוויטש? װאָס זאָגט איר דערוף?
--- װאָס איך זאָג דערוף... -- בראזול-ברושקאָווסקי טראכט זיך אײַן אין טשעבעריאקס רייד. -- מע קאָן דרינגען, אז איר האָט זיך באטראכט און ווילט האנדלען, װי אן אָרנטלעכע פרוי, בא וועלכער עס האָט זיך דערוועקט דאָס געוויסן...
וי נאָר ער האָט ארויסגעבראכט אָט די װערטער, איז טשעבעריאק זיך פארגאנגען אין א בייז געלעכטער.
--- איר זײַט, דוכט זיך, הײַנט ניט בא די געדאנקען, הער בראזול-ברושקאָווסקי. איר האָט ניט באנומען מײַנע רייד. װאָס דערציילט איר מיר א מײַסע וועגן געוויסן? װאָסער געוויסן? שפּײַען האָב איך געװאָלט אפן געוויסן! ניטאָ קיין געוויסן, עס זײַנען נאָר פאראן אינטערעסן פון ליבע, געלט, שיין זיך אָנטאָן און מאכן א גרינג לעבן. אָט דאָס זיינען מײַנע אינטערעסן. און איר -- די צײַטונגס-פּאטשקונעס -- האקט א טשײַניק וועגן גערעכטיקײַט, עמעס און געוויסן. ווען איך בין נאָך געווען א קינד, האָב איך שוין פארשטאנען, אז דאָס שטארקסטע געפיל בא א מענטשן איז די שטרעבונג צו װערן פארמעגלעך, און קעדיי צו דערגרייכן דעם ציל, זײַנען אלע מיטלען הייליק... מײַן ברודער פּעטיא, דער קאצעוו-יונג, זאָגט, אז פאר איין גליקלעכן טאָג איז ער גרייט צעהאקן הונדערט טושעס פלייש. איר פארשטייט? צוליב איין גליקלעכן טאָג הונדערט טושעס. :
אין בראזולס אויערן האָט טשעבעריאקס מאָנאָלאָג אָפּגעקלונגען װי א גרוס פון די װײַטע דזשונגלען. געדוכט האָט זיך איִם, אז אהער, אין דער פּרעכטיקער דאָרעמדיקער שטאָט, האָט פארבלאָנדזשעט א ווילדע בריַע פון פארצײַטן.
-- איז װאָס קלערט איר, סטעפּאן איוואנאָוויטש, וועגן דעם, װאָס כ'האָב געזאָגט? -- דער- הערט ער טשעבעריאקס הייזעריקלעך קאָל. -- איר, בראזול, קלערט, קלערט און קאָנט גאָרניט צוקלערן.
--- װאָס, אייגנטלעך, ווילט איר פון מיר? --- פרעגט ער. -
4
-- איר זאָלט אײַער קאגאל דערציילן, װאָס איך האָב אײַך געזאָגט. איך ווייס, זיי וועלן זיך אָנכאפּן אין מײַנע רייד, זיי ווארטן דערוף. אָבער געדענקט, אָן פערציק טויזנט זאָלט איר צו מיר ניט קומען. און אויב...
--- איז װאָס, ווערא וולאדימיראָוונא?
-- אויב איר װועט פארשפּעטיקן מיטן ענטפער, װעט שוין זײַן פארפאלן.
-- נאָר פארװאָס ווילט איר פערציק טויזנט?
--- װײַל וועגן מערער האָב איך נאָך ניט א טראכט געטאָן, -- קומט טשעבעריאקס פרע- כער ענטפער.
-- גוט, ווערא וולאדימיראָוונא, איך װעל אײַך ברענגען ענטפער.
-- ווען?
-- אין דרײַ טעג ארום,
-- פארשפעטיקט זשע ניט.
אף מאָרגן אינדערפרי האָט דער זשורנאליסט אָנגעקלונגען דורכן טעלעפאָן צו מארגאָלינען און געזאָגט, אז ער וויל זיך זען מיט אים וועגן א וויכטיקן איניען. ;קומט, און אפילע גלײַך", -- האָט געענטפערט דער אדװאָקאט.
געקומען איז בראזול זייער אן אופגערעגטער און א צעפלאמטער. מארגאָלין האָט גלײַך פארשטאנען, אז עפעס איז געשען.
-- איז װאָס האָט איר געבראכט גוטס? --- האָט מארגאָלין א פרעג געטאָן.
דער זשורנאליסט האָט איבערדערציילט פינקטלעך דעם שמועס מיט װערע טשעבעריאק. מארגאָלין האָט אף לאנג זיך פארטראכט.
-- איר ווייסט, ליבער בראזול... -- האָט ער אָנגעהויבן. -- איך װאָלט א באלן געווען אן אייצע האלטן זיך מיט גרוזענבערגן. ער דארף קומען צו פאָרן קיין קיִעוו --- א סװאָרע, אז ער וועט ארויסטרעטן אלס בייליסעס פארטיידיקער.
-- און איר? -- האָט געפרעגט בראזול, ניט אראָפּלאָזנדיק די אויגן פונעם אדװאָקאט.
-- איך? איך אויך. אָבער גרוזענבערג... איר פארשטייט, װאָס פאר אונדז באטײיַט גרוזענ- בערג! און וועגן דעם, װאָס טשעבעריאק פארלאנגט, דוכט זיך מיר, אז ניט פון איר קאָפּ גייט אָט דער פאָרשלאָג.
-- איז װאָס פאר אן ענטפער דארף מען איר געבן?
-- דערווייל קיין שום ענטפער. דאָס איז אויך אן ענטפער.
נאָר ווערא וולאדימיראָוונא האָט אפילע ניט געקלערט ווארטן אף בראזולס ענטפער. זי האָט צו וויסן געגעבן דעם פּראָקוראָר טשאפּלינסקי, אז זי דארף מיט אים זיך דורכריידן. דעם זעלבן טאָג האָט דער פּראָקוראָר זי איינגעלאדן צו זיך. טשאפּלינסקי האָט א צופרידענער בא- געגנט זײַן אלטע באקאנטע. :
-- װאָס מאכט איר גוטס, ווערא וולאדימיראָוונא, איך גלייב, אז קיינער באליידיקט אײַך ניט.
-- איך בין ניט פון די, וועלכע לאָזן זיך באליידיקן. נאָר ער... אך, ניט קעדײַ צו ריידן... =- זי נעמט ארויס א זײַדן טיכעלע און ווישט אָפּ די ליפן. :
-- ערגערט זיך ניט, ווערא וולאדימיראָוונא.
-- וי זאָל איך זיך ניט ערגערן, אײַער עקסעלענץ, אז אף שריט און טריט קוקט מען מיר נאָך. ׂ' -- ווידער דער רעפּאָרטיאָר... פון , קיעווסקאיא מיסל", װי הייסט ער דאָרט, ברוזקאָל- בראזולסקי?
-- בראזול-ברושקאָווסקי, --- שמייכלט ווערא וולאדימיראָוונא, --- פונוואנען ווייסט איר, אײַער עקסעלענץ, אז איך רייד וועגן אים?
-- מיר ווייסן אלץ, מיר גיבן אכטונג אף אייך. און דער גאלעך סינקעוויטש איז מיט אונד אויך אין גוטע באציונגען... דערציילט, װאָס האָט ער געװאָלט פון אײַך, דער זשורנאליסט?
-- וועגן דעם בין איך טאקע געקומען צו אײַך. בראזול האָט מיר אײַנגערעדט, און איך בין מיט אים געווען אין כארקאָוו. דאָרט האָט ער מיך באקענט מיט איינעם א באיאָרטן פּליכעוואטן הער, װאָס האָט זיך פאָרגעשטעלט אלס מיטגליד פון דער מעלוכע-דומע. ווען מיר זײַנען געבליבן מיט אים אויג אף אויג, האָט ער זיך אוועקגעשטעלט פאר מיר אף די קני...
-- אינטערעסאנט, -- האָט באמערקט דער פּראָקוראָר.
-- מיר איז באוװוּסט, --- האָט ער געזאָגט, -- אז איר זײַט אן איידלמוטיקע פרוי. כאָטש עס גייען ארום קלאנגען, אז איר האָט א שײַכעס צום מאָרד איבער יושטשינסקין, מיר גלייבן ניט דערין. מיר ווילן אײַך אָפּראטעװען פון דעם פארדאכט...
-- ער האָט טאקע געזאָגט, אז איר האָט א שײַיכעס צום מאָרד איבער יושטשינסקין?
45
--- הערט װײַטער, אײַער עקסעלענץ, -- ווערא וולאדימיראָוונא האָט, קוקנדיק אין די אויגן דעם פּראָקוראָר, פאָרגעזעצט: -- אין נאָמען פון קאגאל האָט ער מיר פאָרגעלייגט פערציק טויזנט רובל. -- ווארט, ווארט, ווערא װולאדימיראָוונא. פערציק טויזנט... פאר װאָס? װאָס דארפט איר טאָן? --- האָט טשאפּליגסקי זי געשטאָכן מיט זײַן בליק. -- גאנץ פּאָשעט, אײַער עקסעלענץ, איך זאָל זיי ארויסגעבן א פּאפּיר, אז איך האָב געהאר- געט אין מײַן שטוב דאָס ייַנגעלע. מיך װעט מען, פארשטייט זיך, גלײַך ארעסטירן -- איר אליין, אײַער עקסעלענץ, וועט באפוילן, מע זאָל מיך ארעסטירן.י. דעמלט װעט דער קאגאל שטעלן די בעסטע אדװאָקאטן פון רוסלאנד, וועלכע װעלן מיך פארטיידיקן. דערנאָך װעט מען פאר מיר צוגרייטן אן אויסלענדישן פּאספּאָרט און ארויספירן מיך קיין אמעריקע אָדער אין דער שוייץ. דאָרט װעט מען קויפן פאר מיר א הויז פאר הונדערט טויזנט רובל, -- געלט, האָט יענער גע- זאָגט, שפּילט דאָ ניט קיין ראָליע. ,איר ווייסט דאָך, ווערא וולאדימיראָוונא, האָט ער געזאָגט, אז יהן קנינעההייר"י זי איז אנשוויגן געװאָרן און געווארט, אז דער פּראָקוראָר זאָל װײַטער זי פרעגן. -- איר האָט באװײיזן? -- האָט אומגעריכט געפרעגט טשאפלינסקי. -- אוואדע... װי דען? פאראן שטארקע באװײיזן... --- וועלכע? --- ווען איך בין געבליבן אף עטלעכע מינוט אין קאבינעט אליין, האָט זיך מיר אײַנגעגעבן זיך כאסמענען אף דער אנדערער זײַט פונעם קייסערס פּאָרטרעט, װאָס איז דאָרט געהאנגעף --- אפן קייסערס פּאָרטרעט זיך געכאסמעט! אויסגעצייכנט! -- ווארט, אײַער עקסעלענץ. און אויך אף דער וואנט אין א ווינקל. --- אויסגעצייכנט! מיר ועלן עס דורכקאָנטראָלירן. זוכנדיק עפּעס אין זײַנע פּאפּירן, האָט טשאפּלינסקי א פרעג געטאָן: -- דער הער מיטן פּליך איז ניט דער קיעווער אדװאָקאט מארגאָלין? א מענטש מיט א פעטער נאָז, ברייטע אקסלען און לאנגע הענט. --- דאָס ווייס איך ניט. --- און װאָס האָט איר געענטפערט אף דעם פאָרשלאָג? -- װאָס האָב איך געקאָנט ענטפערן? פארשטייט זיך, אז איך האָב זיך אָפּגעזאָגט. -- ניט ריכטיק האָט איר געהאנדלט. איר האָט געדארפט אײַנגיין דערוף, און מיר װאָלטן שוין געפונען אן אייצע, וי ארױסצופּלאָנטערן אײַך. טשעבעריאק איז טרויעריק געװאָרן, דאָס פּאָנעם האָט באקומען אלע קאָלירן. -- פערציק טויזנט רובל! ס'איז דאָך אן אויצער, ווערא וולאדימיראָוונא, און מיר װאָלטן געהאט אין אונדזערע הענט דעם ייִדישן קאגאל. איר פארשטייט? -- דער פּראָקוראָר האָט זיך אף א װײַלע פארטראכט; פארביסן די אונטערשטע ליפ און צוגעגעבן: -- איר, מאדאם טשעבעריאק, דארפט אוועקגיין צו בראזולן און אים זאָגן, אז איר נעמט אָן דעם פאָרשלאָג. זאָל מען אײַך אויס- צאָלן די פערציק טויזנט רובל. איר מעגט אים אפילע געבן א צעטעלע. --- ניין, ניין! --- שרײַט אויס ווערע און שפּרינגט אוף פון אָרט. --- איך וויל ניט, איך האָב ניט געהארגעט יושטשינסקין... איך האָב פּייַנט די ייִדן מיט זייער קאגאל, און איך דארף ניט זייער געלט... און אין מויעך בא איר פּלאָנטערט זיך: ,אוב איך על עס טאָן, װעט דער ברודער סינגא- יעווסקי מיך דערהארגענען... צוזאמען מיט רודזינסקין און לאטישעוון װועלן זיי מיך קוילעף וי אנדריושקען"... זי האָט אפילע ניט געהערט, וי טשאפּלינסקי האָט זי בארויקט: -- איך פארשטיי אײַערע געפילן, ווערא וולאדימיראָוונא. נו, מיילע. --- און ווידער קערט זיך אום דער פּראָקוראָר צום הויפּט-פּונקט פון איר דערציילונג: -- א שאָד, א שאָד, אזא וויכ- טיקער קאָזיר1, נו, גוט. מיר װעלן דורכקאָנטראָלירן אײַער כסימע אף דער וואנט און אפן פּאָר- טרעט אין כארקאָווער האָטעל און טאָן, װאָס מע דארף. --- דער פּראָקוראָר האָט עפּעס פארצייכנט בא זיך אין נאָטיץ-ביכל, צוגעגאנגען צו ווערע טשעבעריאק און איר דערלאנגט די האנט: -- זייער װויל, װאָס איר זײַט צו אונדז געקומען, זײַט מיט אונדז פארבונדן און שלאָפט רויק. מיר וועלן שטענדיק פארטיידיקן אײַערע אינטערעסן, ווערא וװלאדימיראָוונא. -- א דאנק, אײַער עקסעלענץ! א צופרידענע איז די מאדאם טשעבעריאק ארויס פונעם קאבינעט.
1 א גוטע קאָרט. *
3* 46
גלײַך נאָך דעם באזוך פון ווערע טשעבעריאק האָט טשאפּלינסקי אָנגעשריבן א ראפּאָרט אף שטשעגלאָװיטאָווס נאָמען און מיט א ספּעציעלן קוריער אים אָפּגעשיקט קיין סאנקט-פּעטערבורג.
באקומען דעם ראפּאָרט פון קיִעווער געריכט-פּאלאטע, האָט דער מיניסטער פאר יוסטיץ- איניאָנים א טראכט געטאָן, אז אין קיִעוו פארנעמען זיך מיט דעם יושטשינסקי-איניען א ריי פּערזאָנען, װאָס האָבן ניט קיין דירעקטע שײַכעס צום אפּאראט פון יוסטיץ-דעפּארטאמענט, זי פארנעמען זיך דערמיט לויטן אייגענעם ווילן און איניציאטיוו. און דאָס װעט צו קיין גוטס ניט ברענגען. דעריבער װאָלט גלײַכער געווען צו באזײַטיקן אזעלכע פערזאָנען.
אין דער ערשטער ריי האָט דער מיניסטער צונויפגעשטעלט א באפעל פאר דער קיעװוער געריכט-פּאלאטע וועגן אויסשליסן מארגאָלינען פון דער אדװאָקאטור... אָבער אין לעצטן מאָ- מענט האָט ער באשטימט האלטן זיך אן אייצע מיט זײַנע געניטע קאָלעגן. ער האָט פארשטאנען, אז עס װעט זײַן גלײַכער, עס זאָל אפילע ניט בלײַבן קיין שפּורן אין די קאנצעליאריעס. ער ועט מינדלעך זיך צונויפריידן מיט טשאפּלינסקין, וי צו באזייַטיקן מארגאָלינען פון דער אדװאָ- קאטור, און דעמלט װעט דער דאָזיקער פארשוין זיך בארויקן. דער מיניסטער ווייסט, אז טשאפּ- לינסקי װעט שטענדיק זײַן גרייט אויסצופילן זײַן, שטשעגלאָװיטאָווס, פארלאנג. ער קען אים גאנץ גוט, דעם דאָזיקן האכנאָעדיקן און איבערגעשפּיצטן ,סאָיוזניק", ער טוט שטענדיק, װאָס מע הייסט אים... :
בייס טשאפּלינסקיס נאָענטסטן באזוך אין פּעטערבורג איז צװישן אים און זײַן געהויבע- נעם שעף -- שטשעגלאָװיטאָװון -- פאָרגעקומען אזא שמועס:
-- און איצט, מײַן ליבער געאָרגי גאװרילאָװיטש, וועגן אײַער קיעווער אדװאָקאטיק מיט דער הויקערדיקער נאָז און הוילן שארבן...
דער פּראָקוראָר האָט כניפעדיק זיך צעלאכט:
-- איך שטויס זיך אָן, איוואן גריגאָריעװיטש, וועמען איר מיינט.
-- וועמען?
-- מארגאָלינען.
-- ריכטיק. ביזוואנען וועט ער זיך האלטן בא אײַער פּאלאטע?
-- ביז איר װעט האלטן פאר נייטיק, איוואן גריגאָריעװויטש.
-- דאָס איז ניט בלויז מײַן פארלאנג, הער פּראָקוראָר.
-- כ'פארשטיי, כ'פארשטיי, --- פארנייגט טשאפּלינסקי דעם קאָפּ.
דער עקספּערט סיקאָרסקי
א זוניקער מיי-טאָג האָט זיך אראָפּגעלאָזט אף דער אלטער שטאָט און דורכגעשליפן זי מיט שטראלן. דער קרעשטשאטיק האָט געגלאנצט, װי א צויבער-שפּיגל. דער װיצע-דירעקטאָר פון ערשטן דעפּארטאמענט פון יוסטיץ-מיניסטעריום -- אלעקסאנדער וואסיליעוויטש ליאדאָוו, װאָס איז אין דעם דאָזיקן טאָג אראָפּגעקומען פון פּעטערבורג מיטן גאנצפריעדיקן שנעלצוג, איז פאר- פאָרן אין ערשטקלאסיקן האָטעל ;קאָנטינענטאל". ער האָט צעעפנט די ברייטע פענצטער פון זײַן צימער און אײַנגעאָטעמט אין זיך די פרילינגדיקע קיעווער לופט. עס האָט א קלונג געטאָן דער טעלעפאָן. פון דער פּראָקוראטור האָט מען אים מוידיע געווען, אז צו עלף אזייגער װעט מען צו- שיקן פאר אים אן עקיפּאזש.
דער הויכער באאמטער האָט געבעטן דעם סעקרעטאר איבערגעבן טשאפּלינסקין, אז עס װאָלט זייער געװוּנטשן געווען, אז צו זײַן קומען אין דער פּראָקוראטור זאָל מען אײַנלאדן דעם געערטן פּראָפּעסאָר פון קיעווער אוניווערסיטעט פון הייליקן וולאדימיר -- דעם הער סיקאָרסקי איוואן אלעקסייעוויטש.
דער פּראָפּעסאָר איז גראָד דעם טאָג געווען פרײַ פון לעקציעס און האָט צוגעזאָגט קומען צו דער צײַט.
ליאדאָוו איז אָבער געקומען פריער מיט עטלעכע מינוט, קעדיי אויג אף אויג איבערגעבן טשאפּלינסקין ניט בלויז די מיינונג פון דעם מיניסטער שטשעגלאָװיטאָוו, נאָר, װי ער האָט זיך אויסגעדריקט, פון נאָך העכערע פּערזאָנען. ;ס'איז נייטיק, -- האָט ליאדאָוו געזאָגט, -- צוגרייטן דעם ?;פּראָצעס פון צוואנציקסטן יאָרהונדערט" מיט א געהעריקן פארנעם. דעריבער מוז מען געפינען דעם שולדיקן...*
דער פּראָקוראָר פון קיעווער געריכט-פּאלאטע האָט גוט פארשטאנען זײַן קאָלעגע און צוגע- שאָקלט מיטן קאָפּ.
47
דער פּעטערבורגער טשינאָװוניק מיט די דינע װאָנצעלעך און פארביקן שניפּסל אף דער װײַסער מאנישקע איז געווען צופרידן. אלע מאָל, ווען טשאפּלינסקי האָט מיט געהאָרכזאמקײַט פארנייגט דעם קאָפּ, האָט ליאדאָוו װירדיק צוגעמאכט די קליינע אייגעלעך און ניט גאָר קלאָר ארויסגעבראכט עפּעס א פראזע, דאָך האָט דער פּראָקוראָר זי דערהערט:
;זײַן מאיעסטעט -- דער קייסער -- װעט זײַן העכסט צופרידן פון אײַער האנדלונג..."
--- איידער איך בין ארויסגעפאָרן קיין קיִעוו, --- האָט געזאָגט ליאדאָו, --- האָב איך גענוי זיך באקאנט מיטן איניען פון קאָנדראט מאליאָוואני --- דעם סטעלמאך פון איינעם א דאָרף פון טאראשטשער אויעזד פון דער קיעווער גובערניע. אגעוו, דער פּראָפּעסאָר סיקאָרסקי האָט אויך זיך פארנומען מיט דערלערנען דעם איניען פון דעם אזויגערופענעם רעליגיע-רעפאָרמאטאָר. די ,,מאליאָוואנצעס" האָבן געטײַנעט, אז ;עס קומט אָן א צײַט, וען דאָס גאנצע ערדישע לעבן װועט געענדערט װוערן. עס װועט פאָרקומען א שרעקלעכע איבערקערעניש, און ניט אף די הימלען, נאָר אף דער ערד". נאָר דאָס ערגסטע, -- האָט װײַטער דערצײלט ליאדאָוו, -- דאָס ערגסטע אין דעם איניען איז דאָס, װאָס די , מאליאָוואנצעס" האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו ארבעטן בא די גוט- באזיצערס, זיי האָבן געטײַינעט: ,גענוג צו האָרעװען אף די גאלאָכים און אף די פּריצים". אזא רעליגיעז-געזעלשאפטלעכער בונט צװישן די פּויערים האָט געקאָנט אָנעמען שרעקלעכע פאָרמען און אריבערווארפן זיך אין אלע גובערניעס פונעם גרויסן רוסלאנד. דעריבער האָט מען גערופן צו הילף די וויסנשאפט אין דער פּערזאָן פונעם קיעװוער פּסיכיאטער סיקאָרסקי, ער זאָל דער- לערנען די דאָזיקע דערשײַנונג. און סיקאָרסקי, דארף מען זאָגן, האָט ארויסגעוויזן אויסערגע- וויינלעכע דערפארונג אין געביט פון רעליגיעזער באוועגונג. דער בארימטער געלערנטער פאר- מאָגט א שטארקע באאָבאכטונגס-קראפט. ער האָט מיט זײַן טיפזיניקן אנאליז באויזן, אז די איידע ,,מאליאָוואנצעס" קאָן ארויסרופן אן עפּידעמיע, א מאסן-פּסיכאָז. אלס רעזולטאט פון דער עקספּערטיזע, פון דער פּסיכיאטרישער אױספאָרשונג האָט דער געלערנטער געמאָלדף ;,דאָס זײַנען אָן סאָפּעק ניט קיין רעפאָרמאטאָרס, נאָר געוויינלעכע פארברעכער".
סיקאָרסקי האָט געװוּסט, אז דער פירער פון די , מאליאָוואנצעס" קאָנדראט מאליאָוואני איז פארשפּארט געװאָרן אין א קיִעװוער מעשוגאָיִם-הויז. אין א צײַט ארום האָט מען אים אריבער- געפירט אין דער קאזאנער פּסיכיאטרישער קליניק. ערשט נאָכן 1905 יאָר, נאָך דער אמניסטיע פאר רעליגיע-רעפאָרמאטאָרס, האָט מען אים ארויסגעלאָזט.
איר פארשטייט, געאָרגי גאװורילאָװיטש, דער הער סיקאָרסקי האָט דעמלט אין זײַן עקס- פּערטיזע געפונען בא די , מאליאָוואנצעס" אינטערעסאנטע סימפּטאָמען: ,זי האָבן גענומען עסן צוזאט, האָט ער געשריבן, טרינקען טיי מיט צוקער...*
ליאדאָוו האָט זיך אזוי צעלאכט, אז דער קיעווער פּראָקוראָר איז געצװוּנגען געווען מיט- צולאכן.
-- אָט װאָס אונדזער רוסישן מוזשיטשאָק האָט זיך פארגלוסט -- זיסע טיי, כא-כא-כא.
-- דאָס וויכטיקסטע איז אָבער דאָס, װאָס איוואן אלעקסייעוויטש סיקאָרסקי איז אונדזערער א געלערנטער, -- שטעלט ארײַין טשאפּלינסקי.
-- יאָ, יאָ, -- שיפּעט ארויס פון צװוישן די ציין דער פּעטערבורגער גאסט. -- זיסע טיי... נאָך א כידעש, װאָס זיי האָבן ניט געפאָדערט קיין לימענע...
ביידע האָבן לאנג געלאכט, און ביידע האָבן. גוט פארשטאנען, אז דאָס געלעכטער זייערס האָט מער א שײַיכעס צו דעם פּראָפּעסאָרס אנאליז, איידער צו די ניט-געהערטע פארלאנגען פון די ,מאליאָוואנצעס".
ווען דער סעקרעטאר האָט געמאָלדן, אז הער סיקאָרסקי איז געקומען, האָבן די געריכט- טוער זיך אופגעשטעלט און געגאנגען אנטקעגן דעם הויכגעשעצטן גאסט.
. -- פּראָפּעסאָר איוואן אלעקסייעוויטש, -- האָט טשאפּלינסקי פאָרגעשטעלט אים פאר זײַן קאָלעגע פון פּעטערבורג, -- זײַט באקאנט: דאָס איז אלעקסאנדער וואסיליעוויטש ליאדאָוו, פון יוסטיץ-מיניסטעריום.
ליאדאָוו האָט מיט דער לינקער האנט פאריכט דעם שניפּס, דערנאָך זיך פארנייגט און דער- לאנגט די רעכטע האנט דעם געקומענעם.
-- איך האָב די ערע, איוואן אלעקסייעוויטש.
באם פּראָפּעסאָר האָבן זיך אָנגעבלאָזן די בלאָוולעכע בײַטעלעך אונטער די קאלטע אױגן און די נאָזלעכער האָבן ברייטער זיך צענומען, גלײַך ער זאָל װועלן עפּעס דערשמעקן. אויסגע- צויגן א גרויסע שווערע פארוואקסענע האנט, האָט ער צװוישן די ציין ארויסגעבורטשעט:
-- זייער אָנגענעם, -- און שטײַיף צוגעפּרעסט די ליפּן.
אלע דריי האָבן זיך צוגעזעצט צום גרויסן פּראָקוראָר-טיש, װאָס איז געווען געדעקט מיט גרינעם געוואנט. דערפון האָט טשאפּלינסקיס פּאָנעם אזש אויסגעזען פרישער, װי געוויינלעךי
3--6 48
דער סעקרעטאר איז ארײַנגעקומען אין קאבינעט און אף א באזונדער טישל אװעקגעשטעלט א פלעשל טאָקײַער װײַן מיט דרײַ געשליפענע באָקאלן. דעם פּראָקוראָר איז באװוּסט געווען דעם פּראָפּעסאָרס שוואכקײַט צו דעם דאָזיקן װײַן, דעריבער האָט ער גלײַך גענומען אָנגיסן די באָ- קאלן. ער האָט באמערקט, אז נאָך איידער עפּעס-װאָס, זיינען דעם פּראָפּעסאָרס קאלטע גרינבלעכע אויגן לעבעדיקער געװאָרן און קליינע פײַערלעך האָבן אין זיי א שפּיל געטאָן. די שטײַף-צונויפ- געפרעסטע ליפן האָבן זיך צעעפנט און אנטבלויזט צוויי ארײַנגעשטעלטע קאסטנס ציי.
-- אָ, געאָרגי גאװרילאָװיטש, -- האָט געזאָגט דער פּראָפּעסאָר, --- איר זײַט אן אופמערק- זאמער באלעבאָס.
--- געוויס, געוויס, -- כאפּט אונטער דער פעטערבורגער יוסטיץ-באאמטער.
ס'האָבן א קלונג געטאָן די גלעזלעך.
-- מער טאָר מען ניט, -- האָט דער פּראָפּעסאָר נאָך דעם דריטן באָקאל געזאָגט, --- דער קאָפּ דארף זײַן לויטער. -- גערעכט, איוואן אלעקסייעוויטש. מיר האָבן אײַך פארבעטן אהער, קעדיי איבערגעבן אײַך
א פערזענלעכן גרוס פון איוואן גריגאָריעװיטשן, -- האָט גוטמוטיק געזאָגט ליאדאָוו. --- פון וועמען? -- קנייטשן האָבן זיך באוויזן אפן פּראָפּעסאָרס גרויסן טונקל-הויטיקן שטערן. --- פון דעם יוסטיץ-מיניסטער שטשעגלאָװיטאָו. -- אך יאָ, איוואן גריגאָריעוויטש... פארגעסן, אנטשולדיקט. -- ביטע, הער פּראָפּעסאָר, -- פארנייגט ליאדאָוו דעם קאָפּ. -- רוסלאנד געפינט זיך איצט ערעוו א גרויסן פּראָצעס. איז נייטיק אײײַער הילף... -- מיין הילף?.. --- די אָפּגעצױגענע צעקנייטשטע באקן באם פּסיכיאטער האָבן א ציטער געטאָן. -- יאָ, אײַער הילף... װײַל עס איז פאראן אין פּראָקוראטור יעדיִעס, אז דעם מאָרד זײַנען 2 . א סעקטע פאנאטישע ייִדן... -- ליאדאָוו האָט דערבײַ געכאפּט א א אפן פּראָקוראָר, ועלכער האָט צושטימענדיק געשאָקלט מיטן קאָפ. -- א פאנאטישע סעקטע? -- פרעגט איבער דער פּראָפּעסאָר. -- געהערט, געהערט וועגן אָט דעם מערדערלעכן שױידער אף לוקיאנאָווקע.. א סעקטע, זאָגט איר?.. -- מעגלעך, אז סי- קאָרסקי האָט אין די רעגעס זיך דערמאָנט אין קאָנדראט מאליאָוואני, אין די פּראָטעסטן, על זײַנען געדרוקט געווען אין דער ליבעראלער פּרעסע קעגן זיַן טענדענציעזער עקספּערטיזע. איר זאָגט, א פאנאטישע סעקטע? -- האָט ער נאָכאמאָל איבערגעכאזערט. -- יאָ, הער פראָפּעסאָר. מיט אײַער טיפן וויסן און גרויסן אװטאָריטעט האָט איר שוין איין מאָל צוגעדינט די אינטערעסן פון דער רעגירונג.. -- כאפּט אונטער דער יוסטיץ-באאמטער סיקאָרסקיס געהיימע געדאנקען. -- מיר געדענקען גוט אײַערע ווערטער וועגן די ווילדע פּױע- רים און זייער רעליגיעזן עקסטאז... ליאדאָוו האָט באמערקט אן אומצופרידענע מינע אפן פּראָפּעסאָרס צעקנייטשטן פּאָנעם און אראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ. -- צי ווייסט איר, מיַינע הערן געריכט-טוער, וויפל שמוץ מע האָט אף מיר. געװאָרפן אין אייניקע קרײיזן פון דער רוסישער געזעלשאפט?.. --- מיר ווייסן און שעצן אײַער מוט, -- ענטפערט ליאדאָוו און קערעװועט זיך אויס צום פּראָקוראָר. --- אָט װעט אײַך געאָרגי גאװורילאָװיטש זאָגן, מיר האָבן וועגן דעם דערמאָנט, איידער איר זײַט אהער געקומען, איוואן אלעקסייעוויטש. -- וועגן מיר דערמאָנט? -- האָט זיך פארקרימט דער פּראָפּעסאָר. -- װאָס דערמאָנט? -- נו, וועגן אײַערע פארדינסטן... -- יאָ, יאָ, -- שאָקלט סיקאָרסקי מיטן קאָפּ, בײַסט די אייבערשטע ליפּ, רײַבט זיך דעם שטערן און גיט צו, װי ער זאָל אינערלעך האָבן עפּעס בא זיך באשלאָסן. -- אויב א פאנאטישע סעקטע בא יאקאָווס זין, איז מיר קלאָר, אין װאָס דאָ גייט, מײַנע הערן. איז מיר אלץ קלאָר... אין דער רעגע האָט דער יוסטיץ-באאמטער האסטיק זיך אופגעשטעלט און דערמיט געגעבן צו װיסן דעם פּראָפּעסאָר, אז דער שמועס איז געקומען צו א לאָגישער גרענעץ. קוקנדיק אף אים, האָט אויך סיקאָרסקי פּאמעלעך זיך אופגעהויבן און אויסגעשטרעקט זײַן רעכטע האנט צוערשט דעם פּעטערבורגער גאסט, דערנאָך -- טשאפּלינסקין. -- איין רעגעלע, הער פּראָפּעסאָר! -- טשאפּלינסקי האָט א קלונג געטאָן אין גלעקל. דעם סעקרעטאר, װאָס האָט זיך באוויזן, האָט ער באפוילן: -- זײַט אזוי גוט און הייסט דערלאנגען דעם פאעטאָן פאר דעם הער פּראָפּעסאָר. סיקאָרסקי איז ארויס. ביידע דינער פון דער געטן פעמידא האָבן צופרידענע זיך איבערגעקוקט.
49
באשטאט די יערושע
אין א װײַט פארוקט געסל ערגעץ אף פּאָדאָל, הארט באם דניעפּער-ברעג, האָט אין אן אויס- געקרימט שטיבל געלעבט אין דאכקעס ליפּע דער בלעכער, װאָס איז געקומען אהער פונעם שטעטל טשערניכאָו. א ייד א פּאָשעטער, קוים געקענט דאונען, עפעס איבערלײענען אף ייִדיש, האָט ער פארמאָגט אן אָפן הארץ פאר מענטשן. א שטילער, װי א טויב, קיינער פון זײַנע שכיינים געדענקט ניט, ער זאָל וועןדעס-איז עמעצן מעוואיעש זײַן אָדער מיט עפּעס באאוולען. אף זײַן װײַב און קינדער קײינמאָל דאָס קאָל ניט געהעכערט. מיט איין װאָרט -- א מענטש, װי
מע זאָגט, אָן א גאל.
הענט האָט ער געהאט גאָלדענע, געקאָנט אױיסמײַסטרעװוען פון געויינלעכן בלעך און פון שפּיאָלטערג, װאָס דאָס מויל רעדט אויס: קווערטלעך, קענדלעך, טשײַניקלעך, בעקעלעך פון פארשיידענער פאָרם, עמערס. און כוץ דעם -- א גרויסער מײַסטער אף רינוועס.
אין די יונגע יאָרן האָט ליפּע כא זיך אין טשערניכאָוו געדעקט דעכער. איצט, זײַענדיק שוין אין די פופציקער און װױינענדיק אין א קראך, האָט ער קיין דעכער ניט געדעקט: װער קאָן עס איצט קריכן אף הויכע מויערן -- די פיס האלטן אים שוין ניט און די ריע האָט אויך גענומען
קאליע ווערן. איז ער זיך טאָג װוי נאכט געזעסן בא זײַן ווארשטאט און געמאכט בלעכענע קיילים פאר די פּויערים פון די ארומיקע דע רפער, װוי אויך פאר די צעלניקערס פון דער אומגעגנט. ווייאזוי אָט דער פּראָסטער מענטש איז מיט זייַן געזינדל געקומען קיין קיִעוו און דערשלאָגן
ו יֶע
זיך װווינרעכט -- איז א געשיכטע אן און פאר זיך. איין זון מיט איין טאָכטער האָט ליפע שוין געהאט אויסגעגעבן, און נאָך צוויי טעכטער האָבן געװוינט מיט אים. פון שי אויסגעגעבענער טאָכטער, װאָס איז געשטאָרבן בייס א קימפּעט, איז בא ליפּען פארבליבן אן אייניקל -- אן עמעס װוּנדערקינד. איז איינמאָל א רײַכער סויכער פון טשערניכאָוו געפאָרן קיין קיִעוו אף די קאָנ- טראקטן. און װיַל ער האָט געפירט א גרויסע פּארטיע סכוירע, האָט ער מיטגענומען מיט זיך ליפּעס אייניקל -- דעם צװעלפיאָריקן מיכל, ער זאָל אכטונג געבן אף זײַן קראָם. האָט זיך אזוי געמאכט, אז מיכל איז געפעלן געװאָרן איינעם א טשינאָװוניק, וועלכער האָט געשלאָסן א געראָ- טענעם קאָנטראקט מיטן טשערניכאָװוער סויכער. דער טשינאָװניק האָט אײַנגעאָרדנט מיכלען אין א קיעווער גימנאזיע. דער סויכער האָט, באדאנקענדיק גאָט פאר זײַנע גוטע געשעפטן, נאָך געדונגען פארן געראָטענעם באָכערל א דירע אין קיִעוו. פון דעמלט אָן איז מיכל קוריס געװאָרן א קיִעװער טוישעוו, און צוליב אים טאקע איז ליפּע דער בלעכער מיט זײַן גאנצן געזינדל ארי- בערגעפאָרן צום אייניקל -- דעם גימנאזיסט. דאָס הייסט, אז אדאנק זײַן אייניקל, װאָס איז געווען פארשריבן אלס ליפּעס אן אייגענער זון און איז געװאָרן א גימנאזיסט, האָט דער באיאָרטער בלעכער באקומען וווינרעכט אין קיעוו.
שוין פיר יאָר, װי ליפּע מיט זײַן געזינד װוינען אין קיעוו. מיכל דער גימנאזיסט האָט זיך אויסגעצויגן אין דער לענג, באקומען ברייטע אקסלען, געװאָרן שטאלטנע, געלערנט זיך אין איינעם פון די עלטערע קלאסן, געגעבן אוראָקן און פון די פארדינסטן טיילווייז אױיסגעהאָלפן דעם זיידן.
די ווילדע געשיכטע, װאָס האָט פּאסירט מיט מענדל בייליסן, האָט ניט געלאָזט רוען דעם פּאָדאָלער בלעכער ליפּע. ער פלעגט אָנכמורען די ברייטע צעוואקסענע גראָװו-װוערנדיקע ברעמען און זיך נאָכפרעגן:
--- גוואלד געשריִען, דערקלערט מיר, מענטשן, צי ווייסט מען טאקע ניט, ער עס זײַנען די עמעסע מערדער?
און אז מע האָט אים אזוי גיך ניט געענטפערט, האָבן זיך בא ליפּען צאָרנדיק צענומען די נאָזלעכער:
-- ניטאָ קיין גאָט אף דער וועלט... ניטאָ, בענעמאָנעס, ניטאָ...
-- װאָס רעדט איר, רעב ליפּע, שעמט זיך אזוינס צו זאָגן, -- האָט מען אים געשטראָפט.
דער בלעכער קערעוועט זיך אָפּ און נעמט שטאמלען:
-- כ'בין אוואדע זינדיק אין מײַנע געדאנקען... אז גאָט זעט צו און שװײיגט... ווייס איך ניט...
דער וויכטיקסטער קוואל, פונוואנען ליפּע האָט געשעפּט יעדיעס וועגן דער בייליס-געשיכטע, איז געווען דאָס אייניקל. מיכל פלעגט ברענגען דעם זיידן אלע קלאנגען פון גימנאזיע, און ניט נאָר פון דער גימנאזיע. אָט האָט זיך, אשטייגער, באוויזן, עפּעס אן עמעסער מאלעך, דער פריסטאוו ניקאָלײַ קראסאָווסקי, װאָס איז געפאלן אף א שפּור, און דער שפּור פירט צו ווערע טשעבעריאקס מאלינע; אָדער אז פענענקאָ דער אויספאָרשער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו טאנצן אונ-
1 צינק.
0
טער דעם פּראָקוראָרס, טשאפּלינסקיס, דודקע. דער פּאָשעטער באלמעלאָכע פלעגט פון די נײַס אופלעבן: זײַנע ברוינע אויגן פלעגן זיך אָנצינדן מיט א פריילעך פײַערל און באלויכטן דאָס אױסגעהאָרעװעטע פּאָנעם. ער איז גרייט געװוען אין יענע מינוטן איטלעכן אנטקעגנקומענדיקן מענטשן -- א ייד אָדער א קריסט -- אָפּגעבן שאָלעם, נעמען מיט אים א ביסל מאשקע מיט לעקעך און טײַנען, אז דאָך איז דאָ א גאָט אף דער וועלט, און בא מענטשן איז פאראן יוישער, און סאָוועסט, און אָרנטלעכקײַט. :
-- איר זאָגט, ניטאָ? -- ווערן פלוצעם טרויעריק ליפּעס אויגן, ווען אים דוכט זיך אויס, מע גלייבט ניט, אז אלץ װעט זיך ענדיקן צום גוטן. --- ניין, מע טאָר אזוי ניט ריידן...
ווען אים איז אָבער שװוער געווען אף דער נעשאָמע, פלעגט ער אױסלאָזן זײַן קאס צו דער פרוי, און יענע האָט געווארט, עס זאָל שוין גיכער קומען מיכעלע און ברענגען א נײַע גוטע בסורע פארן ר נאָר מיכל האָט די לעצטע װאָכן קיין גוטע בסורעס ניט געבראכט.
און בייליס זיצט דאָרט, געבעך; אין טפיסע אן איינזאמער, א פארשטויסענער, אן אָפּגערי- סענער פון װײַב און קינדער...* -- אזוי האָט געקלערט ליפּע דער בלעכער.
מיט פארטרויערט בלייכע ליפּן האָבן געש
= צּ א האָט דער אלטער באלמעלאָכע געקוקט צו דער סטעליע, און די עפטשעט:
-- אף קידעש-האשעם, נעבעךיי
דאָס ווייב רופט אים צום טיש עפּעס איבערכאפן:
-- ליפע, גאָט איז מיט דיר... האָסט נאָך הײַנט אין מויל ניט געהאט. '
-- וייסעך װאָס! -- אין זײַנע פארמאכטע אויגן, אין זײַן מויעך טוט זיך אזוינס... עס גייט א וויקועך מיט מענטשן, מיט דער וועלט, מיט גאָט...
זיצנדיק באם ווארשטאט, האָט ליפע מיטן הילצערנעם האמער געקלאפּט איבערן בלעך, און א בלעך-3עקלאנג האָט זיך צעשרויטלט ארום און ארום.
אין איינעם א שיינעם טאָג האָט מען ליפּע פּאָדעלקע ארויסגערופן אין פּאָליציייבאצירק. צוליב װאָס? צוליב װוען? און אזויווי קיינער איז אין שטוב ניט געווען, ווען מע איז געקומען אים רופן, האָט ער בא זיך געפויעלט קיינעם ניט דערציילן ועגן דעם, אפילע דער פּלױנעסטע. ;לאָמיר הערן פריִער, צוליב װאָס דארף מען מיך, װעלן מיר דערנאָך זען.." -- האָט ער געקלערט.
ווען ער איז געקומען אין פּאָליציי-באצירק, האָט מען דאָרט בא אים דורכגעקאָנטראָלירט דעם פּאס און דאָס װווינרעכט. אלץ איז אין פולער אָרדענונג.
-- פּאָדעלקע, -- האָט צו אים געזאָגט א נאטשאלניק, -- איר ווייסט עפּעס װעגן אײַערער א מומע אין אמעריקע?
-- א מומע?..
-- יאָ, א מומע.
-- וי הייסט זי, די מומע? --- וויל ליפּע וויסן.
--- מיר ווילן, איר זאָלט אונדז אליין זאָגן, װי האָט געהייסן אײַער מומע?
אין די ערשטע רעגעס פון דעם דאָזיקן שמועס איז ליפּע מעװוּלבל געװאָרן. מיטן סייכל- האיאָשאָר האָט ער אָבער פארשטאנען, אז קיין געפאר איז דאָ ניטאָ. נעמט ליפּע זיך דערמאָנען, אז פון טשערניכאָוו איז בעשײַטע אװעקגעפאָרן זײַן טאטנס א שוועסטער -- ביילע-ראָכל.
-- איז װאָס זשע, מײַן מומע ביילע-ראָכל איז געשטאָרבן? -- האָט ליפּע זיך דערשראָקן.
-- בײילע-ראָכליא האָט זי געהייסן? --- פרעגט איבער דער נאטשאלניק, ארײַנקוקנדיק אין א פּאפּיר.
-- יאָ, איך זאָג דאָך אײַך -- ביילע-ראָכל.
-- ריכטיק. ביילע-ראָכליא... און די פאמיליע אירע? -- אינטערעסירט זיך דער נאטשאלניק.
-- די פאמיליע? אויך װי מײַנע, װי מײַן טאטנס -- פּאָדעלקאָ.
-- און איר מאנס פאמיליע? --- יל דער נאטשאלניק כאפּן ליפּען.
-- זי האָט, דוכט זיך, קיינמאָל ניט כאסענע געהאט, --- ענטפערט ליפּע.
-- זנאטשיט, פּאָדעלקאָ, ביילע-ראָכליא...
-- יאָ, אײַער װוילגעבורט, גאָספּאָדין פּריסטאוו. פּאָדעלקאָ, ביילע-ראָכל.
דער פּריסטאוו הייבט זיך אוף פון אָרט, דרייט זיך דורך איבערן צימער מיט פארלייגטע הענט אף הינטן און שװײַגט, דערנאָך נעמט ער בורטשען אונטער דער נאָז:
--- אזוי, אזוי, הער פּאָדעלקאָ... --- שמייכלט ער. -- איר זײַט א בלעכער, מאכט בלעכענע פּושקעס?.. איז אויס פּושקעס, -- צעלאכט ער זיך, -- אויס עמערס, גאָספּאָדין פּאָדעלקאָ. װאָס קוקט איר אף מיר אזוי פארגאפט? איר וערט א בראָדסקי, א ראָטשילד, גאָספּאָדין פּאָדעלקאָ-.
81
,;װאָס װויל ער פון מיר, דער פּריסטאװ? --- שטוינט ליפּע, און די באָרד הייבט אָן בא אים ציטערן. --- צי מאכט ער ניט כויזעק, דער אָדן?..* אין דער רעגע נעמט אָן דער פּריסטאוו ליפּעס האנט: -- איך באגריס אײַך, הער ליפּע באָריסאָװיטש פּאָדעלקאָ, איך באגריס אײַך מיט א גרוי- סער יערושע, -- און דריקט דעם בלעכער די האנט. ;װאָס װוילן פון אים אָט די גרויע לאכנדיקע אויגן?? -- שטוינט ליפּע. ער פארשטייט נאָך אלץ גאָרניט. -- איך בין גליקלעך, גאָספאָדין פּאָדעלקאָ, װאָס איר װוינט בא מיר אין אוטשאסטאָק. ליפּע האָט בעפיירעש געװאָלט פרעגן, וויפל... וויפל האָט מען אים געלאָזט יערושע, נאָר פּאָשעט זיך געשעמט פאר זיך אליין. יערושע, האָט ער געװוּסט, איז א געפונענע זאך, און נאָך אזא װײַטע... -- צי ווייסט איר, וויפל געלט מע האָט אײַך... --- דער פּריסטאוו איז נאָך גײַציקער פון אים. -- יאָ, וויפל?.. --- שלאָגט איבער ליפּע. -- צען טויזנט רובל! א גאנץ פארמעגן, א בראָדסקי! -- רופט אויס ניט מיט זײַן קאָל דער פּריסטאוו. -- צען טויזנט, אײַער װווילגעבורט... -- האָט ליפּע, א פּריטשמעליעטער, קוים איבערגע- כאזערט. ..אין דרויסן האָט דער הארבסטיקער ווינט אויסגעשמיסן ליפּעס באקן, פארפּלאָנטערט די באָרד. ער איז געשטאנען אינמיטן גאס און ניט געװוּסט, װאָס טוט זיך עס מיט אים. אין איין קעהערעף-אין געװאָרן א גויר! קיינעם, קיינעם װעט ער ניט דערציילן, אפילע דעם װײַב, אפילע מיכלען ניט, קיינעם ניט. פארװאָס? טאקע, פארװאָס?.. װאָס װעט ער טאָן מיט אזא גוטס?.. ארום און ארום צענעזיקטע שטיבער מיט אויסגעקרימטע רוקנס, צעפליקטע דעכער, צענעריקטע ווענט, פענצטער מיט אויסגעזעצטע שויבן. און דער װוינט פונעם דניעפער נעמט דורך די ביינער אף דורך און דורך. העלפן אָרעמעלײַט?.. ניין, ניין! צדאָקע טאָן איז דען שלעכט? גוט, זייער גוט.., און דער ווינט פייפט און שלײַפט דורך די אויערן, פּאטשט אין די באקן. א געפיל פון אומ- געריכטער פרייד און פון ניט וויסן, װי בײַצוקומען אָט די פרייד, האָט זיך ארופגעוואלגערט אף ליפּען, וי אן אומגעהייערע מאסע, און בייגט אים ביז צו דער ערד. די קני זעצן זיך... פּלוצעם ווערט אים לײַכטער פון איינעם א געדאנק, א שווערן געדאנק. יאָ, ער װעט קיינעם פון זײַנע אייגענע ניט דערציילן וועגן די צען טויזנט רובל, קיינעם ניט! צו וועמען גייט מען זיך אן אייצע האלטן?.. ער ווייסט צו וועמען. אָט דער מענטש, צו וועמען ער רעכנט גיין זיך אן אייצע האלטן, װעט מיט אים מאסקים זײַן. מע דארף אָבער פריִער אליין גוט זיך באקלערן, א גאנצע נאכט װעט ער הײַנט קלערן און קלערן... געקומען איז ליפּע אהיים און אָפּגעגעסן וועטשערע, קימאט אף קיינעם קיין קוק ניט געטאָן. דאָס װײַב האָט זיך געפּאָרעט אין שטוב. דאָס אייניקל, דער גימנאזיסט, האָט געגרייט זײַנע לימודים, און די אנדערע קינדער -- צוויי טעכטער, דערוואקסענע מיידלעך, האָבן געטאָן זייער זאך: איינע האָט גענייט, די צווייטע -- געפּרעסט. און ליפּע איז איינער מיט זײַנע געדאנקען. געקלערט האָט ליפּע אזוי: מענדל בייליס װוערט פארװאָגלט אין טפיסע, שמאכט דאָרט און ווערט פארשווארצט. איז א ראכמאָנעס אף אים... ער זיצט, נעבעך, ניט פאר זײַנע זינד. װאָסערע זינד? וועלכע זינד? געהארגעט דאָס ייִנגל יושטשינסקי האָט װערע טשעבעריאק מיט איר קנופיע גאזלאָנים. אָבער זי װיל זיך ניט מוידע זײַן, מע וועט זי ניט לאָזן, אפילע ווען זי װאָלט וועלן זיך מוידע זײַן... עפּעס האָט זיך גערויעט אין קאָפּ בא אָט דעם פּראָסטן מענטשן. עס זײַנען אופגעקומען מעטושטעשע געדאנקען, אָבער אזעלכע, װאָס מוזן ברענגען צו א גוטן סאָף. ער װוייסט, לִיפּע, קעדיי צו דערגרייכן א ציל, פאָדערן זיך קאָרבאָנעס. איז אָט יל ער, ליפּע דער בלעכער, זײַן דער ערשטער קאָרבן. בעפיירעש אזוי, כאָטש די יערושע װאָלט אים מיט זײַן הויזגעזינד געקאָנט שטעלן אף די פיס און -- װי ס'האָט געזאָגט דער פריסטאוו --- אויס מיטן בלעכענעם געקלאנג, װאָס גייט אים נאָך דאָס גאנצע לעבן, אויס אָרעמקײַט, אויס אײַנגעבויגע- נער רוקן, אויס דאָס צעקאליעטשעטע לעבן! הײַנט צדאָקע, װאָס ער, ליפע, װאָלט געקאָנט טײלןי! וויפל ליכט און האָפענונג װאָלט ארײַנגעקומען אין זײַן שאָפּעלער שטוב! און די אלטיטשקע זײַנע מיט דער שטענדיק בעטנדיקער שטים: ,ליפּע, װאָס גיסטו מיר אף שאבעס?" װאָלט אופ- געריכט געװאָרן, אין זײַן שטוב װאָלט שטענדיק געהערשט סימכע, פרייד און ליכט. אפילע אין א פּראָסטן אינדערװאָכן װאָלט געלעגן א טישטעך פארשפּרייט ניט בלויז אפן עסטיש, נאָר אפילע אין קיך אפן טאָפּטשאנדל...
52
אָבער ניין, ער װעט אויסווארטן, פונקט װי אלע ייִדן ווארטן אף דער לויטערער יאָמטעװדי- קײַט, ווען מאָשיִעך װעט קומען. נישקאָשע, מע האָט געווארט אזויפיל, װעט געדויערן נאָך א ביסל! דערפאר װעט ליפּע פּאָדעלקאָ, דער בלעכער, דער באלמעלאָכע פון שאָנים-קאדמוינים, ראטעווען דעם אומגליקלעכן מענטשן. ער װעט גיין און אויסגעפינען דעם אדװאָקאט מארגאָלין, מע זאָגט, ער טוט עפּעס אין דעם איניען פון ראטעווען מענאכעם-מענדל בייליסן. מיט אים װועט ער זיך האלטן אן אייצע...
א פארזאָרגטער און א פארטיפטער אין זײַנע מאכשאָװעס, איז ליפּע גאנצפרי אופגעשטאנען, זיך אײַנגעוואשן און אָפּגעדאוונט. א שװײַגנדיקער האָט ער עפעס איבערגעכאפּט, דאָס הארץ זאָל ניט כאלעשן, און, קיינעם גאָרנישט ניט געזאָגט, אװעקגעשפּאנט צו מארגאָלינען.
די דינסט האָט צוערשט ניט געװאָלט ארײַנלאָזן דעם בלעכער:
-- דער הער מארגאָלין איז פארנומען, דער אדװאָקאט נעמט הײַנט ניט אוף. זאָגט, ער זײַט איר און וי רופט מען אײַך.
--- װוי מע רופט מיך? -- האָט ליפּע זיך פארקלערט.
-- װאָס זשע, איר האָט גאָר קיין נאָמען ניט? -- צעלאכט זיך די דינסט.
נאָך א קליינינקער פויזע האָט די דינסט זיך דערבארעמט אפן געקומענעם און זיך שוין גע- לאָזט גיין, נאָר ווידער זיך אומגעקערט.
-- וויָאזוי זשע זאָל איך זאָגן ארנאָלד דאװידאָװיטשן: װוער װויל זיך זען מיט אים?
-- זאָגט, זײַט מויכל, א באלמעלאָכע פון פּאָדאָל. זאָגט, וועגן א װויכטיקן איניען, גאָר א וויכטיקן איניען.
--- ווארט צו, --- און זי פארמאכט די טיר.
אין א פּאָר מינוט ארום לאָזט די דינסט ארײַן ליפּען אין שטוב. ער נעמט אראַפּ זײַן איי- בערשטן בעגעד, טרייסלט אָפּ דאָס געמיינע אָפּגעריבענע רעקל און די הויזן, גלײַך ער װאָלט געווען מיט עפעס פארפּאָראָשעט.
-- איר האָט מיך געװאָלט זען? -- דערהערט ער א שטים.
-- יאָ, געװאָלט... --- ליפּע האָט דערזען פאר זיך א מיטליאָריקן מענטשן מיט א קײַלעכיק גלאט אָפּגעראזירט פּאָנעם און א פליך קימאט ביזן האלדז-און-נאקן.
--- װאָס האָט איר געװאָלט זאָגן?
-- איך וויל, איר זאָלט מיך אויסהערן, רעב... רעב...
-- רעב ארן רופט מען מיך.
-- בען?..
-- בען דאָװויד.
--- זייער גוט. און מיך רופט מען ליפּע בען באָרעך.
-- װאָס זשע האָט איר צו זאָגן, רעב ליפּע בען באָרעך?
-- מע זאָגט, אז איר זײַט בייליסעס א מייליץ-יוישער, א זאשטשיטניקג...
--- דערװוייל, מײַן ליבער ייָד, ווייסט מען נאָך גאָרניט. צי איך װעל װערן זײַן זאשטשיט- ניק, ווייס איך נאָך אליין ניט. און אויב אפילע יאָ, איז װאָס האָט עס צו אײַך?
-- איר פארשטייט, איך האָב באקומען א גרויסע יערושע... איז װאָלט געווען גוט, ווען איר פארנוצט מײַן יערושע אף צו ראטעווען דעם אומשולדיקן מענטשן... מענאכעם-מענדל בייליס...
-- א גרויסע יערושע? אשטייגער, וויפל?
-- צען טויזנט...
-- אָדאָדאָ, א פּוױיטעקע. -- און נאָך א פּױזע: --- איז ויאזוי שטעלט איר זיך עס פאָר, איך מיין, וויאזוי פארנוצן דאָס געלט?
-- פארנוצן דארף מען עס מיט סייכל, מיט קאָפּ, מיט בינע. וויאזוי איר װעט געפינען פאר נייטיק. איר זײַט דאָך דערפארענער פון מיר אין אזעלכע אסאָקים...
ליפּע זעט, װי דער אדװאָקאט נעמט אומרויִק ארומשפּאנען איבערן צימער, װײַזט אויס, ער באקלערט זיך. דער פּליך גלאנצט, דער אדװאָקאט גלעט אים עטלעכע מאָל אויס מיט זײַן גרויסער און שווערער האנט. ענדלעך שטעלט ער זיך אָפּ לעבן ליפּען.
-- איז ויאזוי, שטעלט איר זיך פאָר, דארף מען אויסנוצן אײַער... געלט? -- פרעגט ער.
--- װאָס הייסט? דינגען די גרעסטע און בעסטע אדװאָקאטן פון פּייטערבארג, פון גאנץ רוס- לאנד, פונוואנען איר וילט. מע דארף האָבן אדװאָקאטן-קריסטן, לײַטישע און אָרנטלעכע מענטשן... -- פלאמט בא ליפּען דאָס פּאָנעם פון אופגעלייגטקײַט.
1 פארטיידיקער,
53
רעטעוו אטוסיטועיי............,,
-- אָ, איר זייט טאקע בעפיירעש א פילאָסאָף, רעב ליפע.
-- מע דארף גאָר ניט זײַן קיין פילאָסאָף, איך מיין, ס'איז א פּאָשעטע זאך, עס לייגט זיך אפן סייכל, ס'איז פּראָסט, וי אן עמער מיט וואסער.
-- גאָר ניט אזוי פּראָסט, װי איר מיינט, -- פארקלערט זיך מארגאָלין. ער גייט צו צום טיש, פארשרײַבט עפּעס אין זײַן בלאָקנאָט, פרעגט איבער באם באזוכער זײַן נאָמען און פאמיליע, װוּ װוינט ער אין קיעוו. פארשרײַבט אלץ און זאָגט, ער װעט זיך אליין באקלערן און זיך אן אייצע האלטן מיט נאָך אזעלכע, װי ער. און זאָל ליפע פּאָדעלקאָ שפּעטער מיט א װאָכן צװײ ווידער אריינקומען צו אים. אָדער, אויב ער וויל, אָנקלינגען אין טעלעפאָן.
-- איך קאָן ניט קלינגען אין טעלעפאָן, -- שעמט זיך ניט דער בלעכער צו זאָגן, -- איכל בעסער אליין... נישקאָשע, ס'איז ניט װײַט פון פּאָדאָל אהער אף קוזניעטשנע, עס װעלן מיך גרינג טראָגן אהער מײַינע פיס...
אין נאָמען פון גערעכטיקײַט
דער פּעטערבורגער פּריסיאזשני פּאָווערעני: אָסקאר אָסיפאָװויטש גרוזענבערג פארנעמט
ענבערג זײַן באזונדער אָרט אין דער געשיכטע פון דער רוסלענדישער אדװאָקאטור. זײַן אליע איז געווען דער בײליס-פּראָצעס. דער דאָזיקער אדװאָקאט האָט אין פארשיידענע צײַטן מיט גלאנץ פאר- טיידיקט מאקסים גאָרקין, וולאדימיר קאָראָלענקאָן, קאָרנײ טשוקאָווסקין, װענגעראָוון און אנדערע פאָרשטייער פון דער רוסישער ליטעראטור און זשורנאליסטיק. ער, גרוזענבערג, איז אין 1906 געשטאנען בעראָש פון דער פארטיידיקונג אפן פּראָצעס פונעם סאָװעט פון ארבעטער-דעפּוטאטן און האָט ארויסגעוויזן אזא געניטקײַט און פאך-קענטעניש, װאָס האָט איבעראשט סײַ ספּעציֵא- ליסטן-קרימינאליסטן, סײַ געניטע קאסאציאָניסטן. אָבער דעם װעלט-נאָמען האָט גרוזענבערג געקראָגן בייס דעם בייליס-פּראָצעס.
-צוזאמען מיטן קיִעװוער אדװאָקאט ארנאָלד מארגאָלין האָט גרוזענבערג נאָך בייליסעס ארעסט גענומען אף זיך די פארטיידיקונג. מארגאָלינען האָט אָבער שטשעגלאָװיטאָוו באזײַטיקט, נאָר צו גרוזענבערגן האָט ער ניט געקאָנט דערלאנגען.
דער אדװאָקאט האָט פארשטאנען, אז מע דארף דרינגענדיק אויסשטודירן די פראגע פון ריטועלן מאָרד, באװאָפּענען זיך קעגן אלע מעגושעמדיקע מעטוראָפים, װוי זאמיסלאָווסקי, שמא- קאָוו און אנדערע ליוטאָסטאנסקיס שילער. גרוזענבערג האָט אויך פארשטאנען, אז די רוסישע פאָרגעשריטענע אינטעליגענץ -- שרײַבער, געלערנטע, פּעדאגאָגן, מאָלער, ארטיסטן -- דארפן און וועלן געוויס זאָגן זייער װאָרט, קעגנשטעלן זיך קעגן דעם בארבאריזם.
דערפאר טאקע האָט ער זיך געווענדט צו קאָראָלענקאָן, ביפראט, אז קאָראָלענקאָ האָט זיך שוין אליין געהאט ארייַנגעמישט.
צום אדװאָקאט איז דערגאנגען, אז אין די קרײיזן פון דער קינסטלערישער אינטעליגענץ גרייט מען זיך ארויסטרעטן מיט א װאָרט צו דער רוסישער געזעלשאפט, פארשטעמפּלען יענע, װאָס װעקן ראסן-האס און רופן צו פּאָגראָמען. א גרופע פּעטערבורגער שרייבער האָבן שוין גע- האט צונויפגעשטעלט אן אופרוף, נאָר גרוזענבערג האָט נאָכן באקענען זיך מיט זײַן ערשטן וואריאנט, וועלכן עס האָבן צונויפגעשטעלט די שרײַבער טשיריקאָוו און אראבזשין, געהאלטן, אז דער אופרוף איז ניט גענוג שטארק, עס פעלט אין אים פײַער, קראפט, לאָגיק און שײנקײַט פון געדאנק, װאָס זאָל װוירקן אפן הארצן און מויעך פונעם לייענער.
מיט קאָראָלענקאָן האָט דער אדװאָקאט זיך געטראָפן אף קיראָטשנע בא זיך אין שטוב. אונטער א גרינעם גלעזערנעם אבאזשור האָט העל געלויכטן דער לאָמפּ אפן שרײַבטיש, בא וועלכן גרוזענבערג איז געזעסן ארומגערינגלט מיט פּאפּקעס און פּאפּירן. שוין עטלעכע מאָל האָט ער מיט די דינע פינגער אראָפּגענומען די פּענסנע פון נאָז, צוריק זי אָנגעטאָן און קוקנדיק מיט דערעכערעץ אף קאָראָלענקאָן, גערעדט:
-- וולאדימיר גאלאקטיאָנאָװיטש, דאָס איז א פּראָיעקט פון אן אופרוף צו דער רוסישער געזעלשאפט. מיר ווילן זייער הערן אײַער מיינונג,
איבערלייענענדיק די ערשטע שורעס פונעם אופרוף, אָפּגעדרוקט אף א שרײַבמאשינקע, האָט קאָראָלענקאָ גלײַך אָנגעהױבן אומצופרידן קנייטשן מיט די אקסלען. דערלייענט ביזן סאָף, האָט ער אומגעקערט גרוזענבערגן דעם בויגן פּאפּיר.
1 געשװוירענער אדװאָקאט.
4
-- איך פארשטיי, װאָס איר ווילט זאָגן, וולאדימיר גאלאקטיאָנאָויטש. אזא דאָקומענט קאָן ניט באפרידיקן. ערשטנס, איז שוואך דערקלערט די געשיכטע פון ריטועלן מאָרד, און, צווייטנס, איז דער דאָקומענט ערטערװוײַז שוואך ארגומענטירט.
קאָראָלענקאָ האָט גענומען דעם בויגן פּאפיר און נאָכאמאָל איבערגעלייענט דעם טעקסט:
-- איך בין מאסקים מיט אײַך, אָסקאר אָסיפּאָװיטש ש, -- האָט ער געזאָגט. -- דאָ פעלט דאָס װיכטיקסטע: ס'איז ניט אופגעדעקט דער פּארצעף פון יענע, װאָס זײַנען פארינטערעסירט אין פארשפּרייטן דעם פאנאטישן בילבל, די בייזע לעגענדע... ס'איז, מעגלעך, נייטיק צו דער- מאָנען דאָ דעם מולטאנער איניען -- וועגן קלוימערשטע מענטשלעכע קאָרבאָנעס בא די מול- טאנער װאָטיאקעס...
-- אנטשולדיקט, וולאדימיר גאלאקטיאָנאָװיטש, איך צווייפל, צי אין דעם דאָקומענט דארף מען ארײַנמישן דעם מולטאנער איניען, -- שלאָגט אים איבער גרוזענבערג,
-- שטעלט אײַך פאָר, אָסקאר אָסיפּאָװיטש, אז אין יענעם פּראָצעס, וועלכער איז אײַך זיכער באקאנט, האָב איך אָנטײילגענומען...
גרוזענבערגן איז געוען באװוּסט, אז קאָראָלענקאָ איז דעמלט ארױסגעטראָטן אלס פאר- טיידיקער און אז ער האָט פיל געשריבן אין דער פּרעסע װועגן דעם פּראָצעס.
-- מע דארף אָבער ניט פּלאָנטערן יענעם פּראָצעס מיט דעם פאָרשטייענדיקן, -- דערװוי- דערט דער אדואָקאט.
-- ווארט א רעגעלע, מײַן ליבער. איך געדענק, אז דער באשולדיקער פון די װאָטיאקעס האָט אין זייַן ערשטער רעדע קאטעגאָריש געמאָלדן; ,װי ס'איז באקאנט, באנוצן ייִדן קריסטלעך בלוט פאר זייער פייסעכדיקער מאצע".
-- יאָ, לענער פאנאטיקער -- דער פּראָקוראָר האָט אומפארשעמט געקאָנט זיך דערלויבן אזוי צו זאָגן אין א רעדע, אָבער אין אזא דאָקומענט, װי אָט דער, -- גרוזענבערג טײַטלט אפן בויגן פאפיר, --- איז דאָס, לויט מײַן מיינונג, איבעריק.
-- מעגלעך, מעגלעך, אָסקאר אָסיפּאָװיטש.. -- האָט נאָכגעגעבן דער שרײַבער.
גרוזענבערג האָט זיך אופגעהויבן און שטייענדיק געזאָגט:
-- איך האָב לאנג געקלערט און זיך געייצעט מיט מײַנע קאָלעגן -- אָנגעזעענע יוריסטן. איך בין געקומען צום באשלוס, אז נאָר איר, וולאדימיר גאלאקטיאָנאָויטש, דארפט אָנשרײַבן דעם טעקסט פון אזא אופרוף צו דער רוסישער געזעלשאפט.
-- אָבער צײיט װוּ נעמט מען? אף מײַנע אקסלען ליגט איצטער דער זשורנאל ,רוסקאָיע באָגאטסטװאָ?. די אנדערע מיטגלידער פון רעדאקציע זײַנען קראנק, און איך אליין האלט זיך קוים אף די פיס.
בא קאָראָלענקאָן האָבן א בליץ געטאָן די אויגן, און ער האָט צוגעגעבן:
-- איך װעל אײַך דערציילן א סאָד --- בא מיר אין שטוב ליגט שוין א פּראָיעקט פון אזא דאָקומענט -- א ווענדונג צו דער רוסישער געזעלשאפט, אָבער ער באפרידיקט מיך דער- װײַל ניט...
--- וולאדימיר גאלאקטיאָנאָװיטש, װאָס זשע שװײַגט איר?..
--- װײַל איך דארף נאָך גוט, גוט אן ארבעט טאָן איבער אים, דערפאר האָב איך אים אײַך ניט געבראכט. איך האָב פארשטאנען, וועגן װאָס איר ווילט מיט מיר ריידן...
-- אויסגעצייכנט, וולאדימיר גאלאקטיאָנאָװיטש, דאָס איז עמעסער הומאניזם..
-- מע דארף ניט קיין הויכע ווערטער, -- הייבט אוף קאָראָלענקאָ די האנט, -- איך פארשטיי זייער גוט, אין װאָס עס גייט דאָ.
-- דאָס איז נאָך ניט אלץ, מײַן ליבער וולאדימיר גאלאקטיאָנאָװיטש...
-- װאָס נאָך? --- ווערט קאָראָלענקאָ אומרויק.
-- ס'װואָלט געווען גוט, ווען איר, וולאדימיר גאלאקטיאָנאָװיטש, זאָלט זיך אויך איינשליסן אין דער פארטיידיקונג... אפן פּראָצעס...
-- איך װעל זיך באטראכטן. צוערשט װעל איך אָנשרײַבן דעם אופרוף, און וועגן דער פאר- טיידיקונג װעלן מיר נאָך זען. ווארפט אף מיר ניט ארוף אזויפיל מיטאמאָל. -- אין זײַנע טיפע אויגן באװוײַזט זיך א שמייכל. --- איך בין דאָך שוין אלט.
--- אין איצטיקן מאָמענט קאָנען מיר זיך ווענדן נאָר צו אײַך, וולאדימיר גאלאקטיאָנאָװיטש. ווען לעוו ניקאָלײַעװיטש זאָל לעבן, װאָלטן מיר צו אים אויך זיך געווענדט.
-- עס לעבט אף דער וועלט מאקסים גאָרקי... --- דערמאָנט קאָראָלענקאָ,
-- גאָרקי... יאָ, דאָס װאָלט געווען גוט. ער װוינט אָבער איצט אף קאפּרי...
-- נישקאָשע, ער װעט קומען, אז מע װעט דארפן...
55
--- וולאדימיר גאלאקטיאָנאָװיטש, איך בין זיכער, אז גאָרקי װעט איינער פון די ערשטע
גערן שטעלן זײַן כסימע אונטער אָט דעם דאָקומענט. קיינער צווייפלט ניט דערין. אָבער די געזעלשאפטלעכע פארטיידיקונג דארפט איר נעמען אף זיך, געערטער וולאדימיר גאלאקטיאָ- נאָװיטש.
גרוזענבערג האָט זיך אָנגעטאָן און איז ארויס אין קאלטן פּעטערבורגער דרויסן באגלייטן דעם שרייבער אהיים.
בא זיך אפן שרייבטיש האָט קאָראָלעגקאָ געטראָפן א בריוו פון זיײַן פרוי. איבערגעלייענט אים אפגיך, האָט ער זיך צוגעזעצט, קעדיי פארצייכענען געדאנקען, װאָס זײַנען בא אים געבוירן געװאָרן. די פּען איז האסטיק געלאָפן איבערן פּאפּיר:
;צו דער רוסישער געזעלששאפט (וועגן דעםס בלוט-בילבל אף ייִדן).
אין נאָמען פון יוישער, אין נאָמען פון סייכל און מענטשן-ליבע הייבן מיר אוף אונדזער
שטים קעגן דעם נייעם אויסברוך פון פאנאטיזם און פינצטערן שעקער.
פון אוראלטע צײַטן אָן גייט אן אײיביקער קאמף פון דער מענטשלעכקײַט, װאָס רופט צו פּרײַהײַט, גלײַכבארעכטיקונג און ברידערלעכקײַט פון מענטשן, קעגן פּריידיקן שקלאפּערײַ, פײַנטשאפט און צעטיילונג. אויך אין אונדזער צײַט, -- װי ס'איז ש יק געווען, -- וועקן די זעלבע מענטשן, װאָס שטייען פאר דער רעכטלאָזיקײַט פונעם אייגענעם פאָלק, אלץ העפטיקער דעם גײַסט פון רעליגיעזער סינע און ראסן-האס. נישט אכטנדיק ניט די פאָלקס-מיינונג, ניט די פאָלקס-רעכט, גרייט צו דערשטיקן זיי מיט די סאמע אכזאָריעסדיקע מיטלען, האלטן זיי אונטע די אָבערגלויבענישן, בלאָזן פאנאנדער די פאָרורטיילן און רופן אײַנגעשפּארט צו יו איבער לאנדסלײַט פון אנדערן אָפּשטאם. מיקויעך דעם נאָך ניט אויסגעפאָרשטן מאָרד איבערן ייִנגל יושטשינסקי אין קיִעוו איז דעם פאָלק װוידער אונטערגעװאָרפן געװאָרן די פאלשע באָבע- מײַסע, אז ייִדן באנוצן קריסטלעך בלוט. דאָס איז א שוין פון לאנג באװוּסטער גאנג פונעם אור- אלטן פאנאטיזם. אין די ערשטע יאָרהונדערטער נאָך דעם געבורט פון יעזוס קריסטוס האָבן די געצנדינערישע פּריסטערס באשולדיקט די קריסטן, אז זיי פראווען, קלּומערשט, א הייליקע סודע מיטן בלוט און מיטן קערפּער פון א געצנדינעריש קינד, װאָס װערט א דערהארגעט. אזוי האָבן זי אופגעקלערט די געהיימניס פון יעווכאריסטיע. אָט ווען ס'איז געבוירן געװאָרן די דאָזיקע פינצטערע און בייזע לעגענדע!
דאָס ערשטע בלוט, װאָס איז איבער איר פארגאָסן געװאָרן, איז, לוט די פּניִעסדיקע אור- טיילן פון די רוימישע ריכטער און אונטער דעם דרוק פון פינצטערן געצנדינערישן האמוין. געווען דאָס בלוט פון די קריסטן. און די ערשטע, וועלכע האָבן דאָס אָפּגעלײיקנט, זײַנען געווען די פאָטערס און די לערער פון דער קריסטלעכער קירכע. ,שעמט זיך, -- האָט געשריבן דער הייליקער מארטירער יוסטין אין זײַן ווענדונג צום רוימישן סענאט, -- שעמט זיך צוצושרײַבן אזעלכע פארברעכנס מענטשן, וועלכע זײַנען דערין ניט פארמישט. הערט אוף! באדענקט זיך!"
אָפּגעשטעלט די לויפנדיקע פּען און איבערגעלייענט דאָס אָנגעשריבענע, האָט קאָראָלּענקאָ געמאכט א פּױזע, געגעבן עטלעכע זופ טיי פון דער גלאָז און װײַטער געשריב:
;איצט איז די פאלשקײַט פון די קלאנגען, לויט וועלכע עס זײַנען באשולדיקט געװאָרן די ערשטע קריסטן, קלאָר װי דער טאָג. עס לעבט נאָך די לעפישע אויסטראכטעניש, װאָס איז גע- בוירן געװאָרן פון האס און אונטערגעכאפּט געװאָרן דורך פינצטערער אמעראצעס. די דאָזיקע אויסטראכטעניש איז געװאָרן א געװער פון פיַינטשאפט און רײַסערײַען אפילע צװישן די קריסטן גופע. ס'איז דערגאנגען דערצו, אז אין אייניקע ערטער האָט די קאטוילישע מערהײַט געװאָרפן פּונקט אזא באשולדיקונג קעגן די ליוטעראנער, און די מערהייט ליוטעראנער האָבן דערמיט געשטעמפּלט די קאטויליקער.
אָבער מער פון אלעמען האָט פון דער דאָזיקער אויסטראכטעניש געליטן דער ייִדישער שייוועט, װאָס איז צעזייט צװישן די אנדערע פעלקער. די פּאָגראָמען, װאָס זײַנען דעריבער
ארויסגערופן געװאָרן, האָבן איבערגעלאָזט א בלוטיקן שפּור אין דער פינצטערער געשיכטע פון מיטלאלטער.
0 : : י . י . . : ס "0 2 יה + 2 י : + ג י : י + =+ 6 6
אוקאזן פוילן אין די ארכיוון, אָבער פאָרורטיילן לעבן. און אָט ווערט אפילע פון דער טרי- בונע פון דער מעלוכע-דומע פארשפּרייט אָט דער אלטער שעקער, װאָס דראָעט מיט גוואלדטאט און פּאָגראָמען. אין דעם דאָזיקן ליגן קלינגט דער זעלבער צאָרן, מיט וועלכן דער פינצטערער געצנדינערישער האמוין איז אמאָל אָנגעפאלן אף די ערשטע אָנהענגער פון דער קריסטלעכער לערע. נאָך ערשט ניט לאנג האָט די זעלבע באָבעמײַסע וועגן געברויכן קינדערש בלוט, וועלכע די כינעזישע פּריסטערס האָבן פארשפּרייט קעגן די מיסיאָנערן, געבראכט צום אומקום פון הונ- דערטער אָרטיקע קריסטן און אײיראָפּײיער. אָט די באָבעמײַסע איז שטענדיק באגלייט דורך די
56
יסאמע פינצטערע און פארברעכערישע לײַדנשאפטן, וועלכע האָבן שטענדיק געשטרעבט צו פאר- בלענדן און פארנעפלען דעם האמוין און פארקריפּלען די גערעכטיקײַט. און שטענדיק האָט קעגן איר געקעמפט דאָס געפיל פון ליבע און עמעס. ניט בלויז צום רוימישן סענאט זײַנען געװען געװענדט די װערטער פונעם קריסטלעכן שרײַבער --- דעם מארטירער יוסטין, װאָס האָט זײַנערצײַט אויך געקעמפט קעגן דעם זעלבן פאָרורטייל: , שעמט זיך צוצושרייבן אזעלכע פארברעכנס מענטשן, וועלכע זײַנען דערין גיט פארמישט!" מיר פארייניקן אונדזערע שטימען מיט דער שטים פונעם קריסטלעכן שרײַבער יוסטין װאָס קלינגט פון די טיפענישן פון יאָרהונדערטער מיט א רוף צו ליבע און צו פארנונפט. היט זיך פאר די, וועלכע פלאנצן ליגנס. גלייבט ניט דעם װיסטן שעקער, װאָס איז שוין פיל מאָל באגאָסן געװאָרן מיט בלוט, װאָס האָט אייניקע אומגעבראכט און אנדערע באדעקט מיט זינד און מיט שאנדע..* קאָראָלענקאָ איז געזעסן באם שרייבטיש ביז שפּעט אין דער נאכט. אפן צווייטן טאָג איז גרוזענבערג געקומען צו קאָראָלענקאָן אהיים. באקאנט זיך מיטן טעקסט פונעם אופרוף, איז ער איבעראשט געװאָרן. -- וולאדימיר גאלאקטיאָנאָװיטש, די געשיכטע װעט אײַך קיינמאָל ניט פארגעסן -- האָט זיך ארויסגעריסן באם אדװאָקאט. דאָס מאָל האָט קאָראָלענקאָ אים אפילע ניט אָפּגעשטעלט מיט זײַן געװויינלעכן אויסרוף ;אָן הויכע ווערטער", נאָר בלויז געפרעגט, וויאזוי מע קאָן װאָס גיכער איבערשיקן דעם טעקסט צו גאָרקין. -- דערוף איז פאראן א טעלעגראף, -- האָט געענטפערט גרוזענבערג. אונטער דעם דאָזיקן אופרוף האָבן געשטעלט זייערע כסימעס די שרײַבער וולאדימיר קאָ- ראָלענקאָ, סערגייעוו-צענסקי, אלעקסיי טאָלסטאָי, לעאָניד אנדרייעוו, מאקסים גאָרקי, אלעקסאנ- דער בלאָק, פּראָפעסאָר טוגאן-באראנאָווסקי, פּראָפּעסאָר באָדוען-דע-קורטענע, אקאדעמיקער אָוװוסיאניקאָ-קוליקאָווסקי, די מיטגלידעוי פון מעלוכע-דומע מ. קאָוואלעווסקי און א. וואסיליעוו, אקאדעמיקער וו. ווערנאדסקי און נאָך פיל.
בא בייליסן אין שטוב
אונטער א שניי-צודעק איז באהאלטן בייליסעס שטיבל, װאָס שטייט אינעם הויף פון זײַצעװװוס ציגל-זאװאָד. אין יענעם קאיאָר איז אלץ ארום דעם שטיבל נאָך געשלאָפן. ס'האָט געדרייט א זאווערוכע, א דריבנער שניי האָט געשאָטן, װי דורך א שיטערער זיפּ, און קלעפּיק צוגעשטאנען צו דער הויך-אָנגעבעטער דעק אפן דאך.
מע האָט אָנגעקלאפּט אין פענצטער, נאָר פון שטוב הערט זיך ניט קיין פּיפּס, װי אלע װאָלטן .
אױיסגעשטאָרבן. אזוי האָט זיך אויסגעדוכט די צוויי מענטשן. די ארבעטער פון זאװואָד גרעטער- קריוואנעק, פּעטראָ קאָסטענקאָ און טימקע ווייס האָבן געדולדיק געווארט. זיי האָבן זיך אָנגע- שטויסן, אז די אומגליקלעכע פרוי מיט די קינדער זײַנען אָנגעשראָקן.
מענדלס װײַב עסטער האָט א שטיקל צײַט מױירע געהאט צו בלײַבן מיט די קינדער אף באנאכט אין דער היים. איר האָט זיך אלץ געדוכט, אז אָט װעט ווידער זיך ארײַנכאפּן א כאָפּטע זשאנדארמען און אװועקשלעפּן זי אלעמען אין טפיסע. קיינער װעט ניט קאָנען זי אָפּשרײַען, און קיינער װועט ניט קאָנען זיי דערנאָך ארויסרייסן פון דאָרטן, פּונקט װי דעם מאן און דעם פאָטער פון די קינדער.
דאָס עלטערע יינגל האָט עסטער אוװעקגעשיקט צו אירע אייגענע אף דעמיעווקע, און מיט די איבעריקע פיר קינדער טוליעט זי זיך אין דער פאריאָסעמטער שטוב און ציטערט פאר א מינדסטן שאָרך. ס'איז קיין כידעש ניט, װאָס זיי האָבן זיך אזוי דערשראָקן, ווען ס'האָט זיך דערהערט א קלאפ אין פענצטער.
-- מאמע, ס'איז שוין גרויסער טאָג און מיר שלאָפן נאָך, --- האָט געזאָגט דאָװידל.
-- שטילער זאָל זײַן, מע קלאפּט. דו הערסט דען ניט?
--- עס װוײַזט זיך דיר אויס, מאמע, --- טרייסט זי דאָס ייִנגל.
ביידע שוועסטערלעך -- אויסגעדארטע מיידעלעך מיט שמאָלע פּענעמלעך און שטײַף פאר- פלאָכטענע צעפּעלעך -- און דאָס ברודערל מיט די גרויסע, ברייט צעעפנטע אגן האָבן זיך אויך אופגעכאפּט און זיך אײַנגעהערט.
-- מאמע, מע קלאפּט טאקע...
7
רשיי :2
עסטער ויל ניט עפענען. זי װוינקט צו די קינדער, זי זאָלן זיך ניט רירן פון אָרט. --- שלאָפּט, שלאָפּט! ס'איז נאָך פרי, און ס'איז א מעסוקענע קעלט, -- שעפּטשעט זי עסטער לאָזט זיך האסטיק צו דער הויז-טיר, זעט גאָרנישט ניט און הערט גאָרנישט ניט. ווערט זי רויִקער און קערט זיך אום צו די איבערגעשראָקענע קינדער. -- מיסטאמע דער ווינט. ס'א זאווערוכע אין דרויסן, --- זאָגט זי, --- איכל באלד אײַנהייצן דעם אויוון און צושטעלן א סופ פון קארטאָפל. מע קלאפּט ווידער אין פענצטער.. --- מאמע, ניט אין דער טיר, אין פענצטער קלאפּט מען. דורך די פארפרוירענע שויבן דערזעט עסטער צוויי מענטשן. -- ווער קאָן דאָס זײַן? --- זאָגט זי װוי צו זיך אליין. --- כ'האָב מוירע, --- צעוויינט זיך א מיידעלע. --- שטיל זאָל זײַן! --- שרײײַט אויס דאָדיק און זאָגט צו דער מאמען: -- װאָס האָסטו מוירע, עפן אוף. עפשער א גרוס פונעם טאטן. -- טאקע, עפשער א גרוס, -- כאפּט אונטער פּינקע און צעעפנט נאָך ברייטער זײיַנע גרויסע אויגן. עסטער נעמט זיך אָן מיט הארץ: -- ווער איז דאָרט? --- פרעגט זי. --- עפנט אוף, מאדאם בייליס, -- דערהערט זי א קאָל, װאָס קומט פון יענער זײַט טיר. --- װאָס ווילט איר פון מיר? -- שרעקט זיך ניט, עפנט אונדז אוף. --- ווער זײַט איר? --- מענטשן. האָט ניט קיין מוירע. -- מענטשן? ווער ווייסט, װאָס פארא מענטשן. װאָס דארפט איר? -- עפנט אוף, זײַט אזוי גוט, ועלן מיר אײַך זאָגן... עסטער וואקלט זיך, קוקט פרעגנדיק צו די עלטערע קינדער. --- ווען דאָ זאָל זײַן טעווקע... --- זאָגט זי שטיל, --- עפן, מאמע, --- רופט זיך אָן דאָדיק און נעמט זי אָן בא דער האנט. וי דערפילט זײַן שטיצע, ציט עסטער אפגיך ארויס דעם פארוקער. צוזאמען מיט די ארײַנגעפלויגענע שנייעלעך האָבן אריבערגעשפּאנט די שװעל ביידע ארבעטער. צוגעטוליעט איינס צום אנדערן, האָבן די שוועסטערלעך מיט פארגליווערטע אויגן געקוקט אף די אריינגעקומענע. דאָדיק האָט אָנגענומען די מאמע פאר אן אקסל, גלײַך ער זאָל װעלן זי טרייסטן, און ניט אָפּגעלאָזט זי, ביז זי האָט ניט דרייסט געפרעגט: --- ווער זײַט איר? קאָסטענקאָ טוט א װוּנק צו טימקע ווייס, יענער זאָל ריידן. -- האָט ניט קיין מוירע פאר אונדז. מיר זײײַנען ארבעטער פון זאװאָד גרעטע-קריוואנעק. דאָס איז מײַן כאווער -- א קריסט, זייער א לײַטישער מענטש. -- א קריסט?.. -- עסטער קוקט אף קאָסטענקאָן, װאָס שמייכלט. ער פארשטייט, װאָס זײַן כאווער זאָגט וועגן אים. -- מיר װועלן אײַך קיין שלעכטס ניט טאָן, -- זאָגט קאָסטענקאָ און װינקט ווידער גוטמוטיק צו טימקען, ער זאָל ריידן. בייליסעס פרוי פירט איבער דעם בליק פון איין ארבעטער אפן אנדערן, זי װויל זיך איבער- צײַגן אין זייער אופריכטיקײײַט. מיטאמאָל נעמט זי ארויס די הענט פון אונטערן פארטעך, װוּ זי האָט זיי ביז אהער געהאלטן פארשטעקט, וישט אָפּ איין טאבורעטקע, דערנאָך א צווייטע: -- זיצט, זײַט מויכל, זיצט. -- א דאנק, מיר קאָנען באשטיין, --- שמייכלט טימקע װײַס. דאָדיק רוקט אונטער א טאבורעטקע קאָסטענקאָן און קוקט אים אין די אויגן. -- איר, דיאדיא, זײַט שוין אמאָל געזעסן אין אוטשאסטאָק? --- פרעגט ער. פּעטראָ קוקט פארכידעשט אפן ייִנגל, צעשמייכלט זיך, נעמט אים אָן פארן הענטל, ציט אים צו צו זיך און, קוקנדיק אף װײַסן, ענטפערט ער: --- דערװײַל ניט.., -- און איך בין שוין געזעסן... --- ווען?
98
-- זומער, מיטן טאטן צוזאמען.
-- דרי טעג האָט מען אים אָפּגעהאלטן, און ער האָט ניט געוויינט, -- שטעלט ארײײַן דאָס קלענערע ברודערל פּינקע, א יאטל פון א יאָר זיבן.
-- מאָלאָדיעץ!: -- די ארבעטער גלעטן דאָדיקס קעפּל. -- זאָלסט קיינמאָל ניט וויינען...
די מוטער האָט זיך אָפּגערוקט אין א ווינקל און שטילערהייט געװישט די אויגן.
-- הער אוף, מאמע, -- לויפט צו איר צו דאָדיק, -- ס'איז ניט שיין. דער טאטע האָט דאָרטן אויך ניט געוויינט.:.
די ארבעטער האָבן זיך דערפילט א ביסל ניט גוט.
-- מאדאם בייליס, -- ווענדט זיך צו איר קאָסטענקאָ, -- מיר זײַנען געקומען צו אײַך אין נאָמען פון א גאנצן קאָלעקטיוו מענטשן. עפשער האָט איר געלייענט אין די בלעטער, אז גע- לערנטע, ארטיסטן, שרײַבער שטעלן זיך אײַן פאר אײַער מאן, דארפט איר זיך האלטן שטארק. טימקע, זאָג דו עפעס, -- טוט קאָסטענקאָ װידער א װוּנק צום כאווער, -- דיך װעט זי בעסער פארשטיין.
-- די מאדאם בייליס פארשטייט דיך אויך גוט, עמעס? וי רופט מען דײַן מאמע? -- פרעגט טימקע בא דאָדיקן.
אלע קינדער רופן זיך אָפּ אין איין קאָל:
-- עסטער!
-- איר דארפט זײַן שטארק, עסטער. מיר זײַנען מיט אײַך און װעלן אײַך ניט פארלאָזן.
בייס טימקע װײַס האָט גערעדט צו בייליסעס פרוי, איז קאָסטענקאָ צוגעגאנגען צו איינעם פון די געלעגערס און אפגיך ארונטערגעלייגט עפעס אונטער דער קאָלדרע...
דאָדיק האָט עס באמערקט און געשוויגן.
-- איר ווייסט ניט, ווען װעט מען ארויסלאָזן מײַן מענדלען? -- פרעגט פּלוצעם די פרוי בא װײַסן.
-- אינגיכן, גאָר אינגיכן, איר מעגט זײַן רויק.
-- קיין מישפּעט וועט ניט זײַן איבער אים? איר האָט ניט געהערט?
-- מיר מיינען, אז ניין. און װײַטער... זיכער קאָן מען ניט זײַן, -- זאָגט װײַס.
-- װאָס װעט איר פאָרט זאָגן גוטס, יונגעלײַט? -- איז סאָפּקאָלסאָף געקומען די נאטיר- לעכע פראגע.
-- מיר... מיר... האָבן אײַך שוין געזאָגט, מיר זײַנען ארבעטער... דאָרטן, אונטער דער קאָלדרע... האָבן מיר אוועקגעלייגט.. מע שיקט עס אײַך פון גאנצן הארצן. איר זאָלט בא זיך ניט אראָפּפאלן... זײַט שטארק בא זיך, -- קאָסטענקאָ ווייסט ניט, וי פּינקטלעכער זיִך אויסדריקן. ער פארענדיקט: -- די בעסטע מענטשן פון רוסלאנד זײַנען מיט אײַך.
-- איך דאנק אײַך זייער, דעריקער פאר פּרײַנטשאפט. מיר פארשפּארן זיך דאָ, װי נאָר עס ווערט נאכט, װײַל טשעבעריאטשקע רייצט אָן אף אונדז הינט. נאָך דער ארבעט איז אין הויף פּוסט, וי אין א מידבער, פארשפּאר איך זיך דאָ מיט די קינדער.
-- אויך די שכיינים טשעפּען אײַך? --- וויל ויסן טימקע.
--- ניין, זיי טשעפּען ניט, אָבער ס'איז שרעקלעך, איר דארפט אליין פארשטיין.
-- מיר וועלן נאָך צו אײַך ארײַנקומען, -- זאָגט גוטמוטיק קאָסטענקאָ, און די ארבעטער געזעגענען זיך מיט עסטערן און מיט די קינדער.
*! ?
נאַכן אופרוף
די עלטערן האָבן ניט געװאָלט לײַדן, װאָס בא יאקאָוון קומען זיך צונויף סטודענטן און אפילע איינער אזא, װאָס האָט קיין שום שייכעס ניט צו די סטודענטן.
-- ווער איז ער, אָט דער מיט דער בלאָנדער היטשקע? -- האָט זיך אינטערעסירט די מוטער.
-- װאָס פאר א היטשקע, מאמע? -- איז יאקאָוו ניט צופרידן.
-- נו, מיט די בלאָנדע האָר און מיט דער קורנאָסער נאָז.
-- בא וועמען איז א קורנאָסע נאָז, מאמע?
-- נו, אָט דער מיטן היטעלע פון א מאָראָזשעניק.
-- מאמע, דאָס איז דאָך אן ארבעטער, אן אָרנטלעכער און א פּײַנער מענטש.
-- א צאדיק אין פּעלץ. וי קומט ער צו דיר און צו דײַנע סטודענטן?
-- ער איז מיר טײַערער, מאמע, װוי צען סטודענטן.
59
-- אײַ, יאשקעלע, זע נאָר, זאָלסט מיר ניט ווערן קיין סטרוקציאָנער און מע זאָל דיך ניט מעשאלייעך זײַן אהין, װוּ דער שווארצער פעפער וואקסט.
--- שווארצער פעפער, װײַסער פעפער!.. װאָס ווילסטו, מאמע?
-- װאָס איך וויל?.. װאָס זאָל ועלן א מאמע פון אירע קינדער? -- דאָס גוידערל בלאָזט זיך בא איר אָן, זי רעדט גאדלעסדיק: -- איך ויל פון מײַנע קינדער, זי זאָלן װערן לײַטישע מענטשן. און אז דו ברענגסט צו מיר אין שטוב ארײַן אזא פּארשוין, האָב איך מוירע, ער זאָל דיך ניט פארפירן. גענוג שוין, װאָס דו גייסט אף דײַנע סטודענטישע סכאָדקעס. מיילע, דאָרטן הער איך ניט, װאָס דו טײַנעסט. אָבער דאָ הער איך, װי דו שרײַסט אלעמען איבער, און אָט דער קורנאָסע מיטן היטעלע פון א מאָראָזשעניק לערנט מיט דיר באָלעק. וער איז ער בא אײַך, װאָס ער רעדט מערער פון אלע?
-- זאָל דיך ניט ארן, מאמע.
--- נו, און ווער איז דאָס מיידל?
-- א קורסיסטקע. אויך א סטודענטקע.
--- אזוי גאָר. דער טאטע זאָגט, ס'איז די טאָכטער פונעם סודעבני טשלען פּאלאטי, ס'איז
-- איך ווייס ניט, מאמע, ווער איר טאטע איז.
-- װער זשע איז זי, אָט די בארישניע, װאָס האָט פארבלאָנדזשעט צװישן אזויפיל קאוואלערן?
--- א פײַנע, גאָר א פײַנע, מיט א לויטערן קאָפּ..
--- אויך א סאָציאליסטקע, וי דו? אײי, זון מײיַנער, זע נאָר, מע זאָל דיך ניט אויסשליסן פונעם אוניווערסיטעט.
-- האָב קיין יעסורים ניט, מאמע.
-- עס װאָלט מיך ניט געארט, אז יעסורים זאָל האָבן דער טאטע פון דער קורסיסטקע, װאָס קומט צו דיר און האלט רעדעס. גוואלד, װאָס רעדט איר אזויפיל און װאָס שפּארט איר זיך שאָענלאנג? זאָג מיר, זונעניו, דערפון, װאָס איר װועט לאנג ריידן, װעט זיך דען ענדערן די ועלט?
--- איך ווייס ניט, מאמע, װאָס צו ענטפערן דיר דערוף. ס'איז א קלאָץ-קאשע, וי דער זיידע, דײַן טאטע, פלעגט זאָגן.
-- צי ווייסטו, אז דײַן טאטן האָט מען נעכטן שוין ווידעראמאָל גערופן אין גימנאזיע צום אינספּעקטאָר און אלץ וועגן ניומען?
-- װאָס איז שוין ווידער?
-- עפּעס א געשיכטע מיט אן אופרוף, װאָס ער האָט פאָרגעלײיענט פאר די גימנאזיסטן װאָס שמייכלסטו? איך זע, אז דו ווייסט, וועגן װאָס איך רייד. װאָס קנייטשסטו מיט די אקסלען? אז דו שמייכלסט, קומט אויס, אז דו ווייסט גאָרניט. און עפשער מאכסטו זיך, יאשקעלע?
-- אײַ, מאמע, לאָז מיך אָפּ, מע ווארט אף מיר.
--- מיסטאמע ווידער די קורסיסטקע און דער בלאָנדער ארבעטער מיטן היטשקעלע?
-- דו הערסט אונטער, מאמע... ס'איז ניט שיין פון דײַן זײַט. און דו װאָלסט א באלן געווען, זאָלסט ברענגען צו מיר אין שטוב ארײַן א קורסיסטקע מיט ארבעטער, מיט סטודענטן און איך זאָל אפילע קיין קוק ניט טאָן אף זיי? דערוף בין איך דאָך א מאמע! דער טאטע דײַנער פארשפּארט זיך אין קאבינעט מיטן טשלען סודא, מיט דא- מאָטשקעס, און איך זאָל זיך נאָר פארנעמען מיט קיך-זאכן... איך וויל אויך וויסן, װאָס עס טוט זיך אף דער וועלט. מיינסט, איך ווייס ניט וועגן דעם אומגליק מיט בייליסן? איך ווייס אלצדינג. איך ווייס, אז מע מוטשעט אומזיסט און אומנישט אן אומגליקלעכן מענטשן, און די באָסיאטש-
קע -- ווערע טשעבעריאטשקע --- גייט ארום אף דער פרײַ, כאָטש זי איז די עמעסע מערדערן פון אנדריושע יושטשינסקי.
-- אוי, מאמע, ביסטו דאָך טאקע א גאנצע ווייסערקע...
-- ווארט אויס, כאפּ ניט, מיינסט, כ'האָב ניט געהערט, װי דער מיטן היטשקעלע..
-- ווידער -- דער מיטן היטשקעלע... װי שעמסטו זיך ניט, מאמע?
-- נו, זאָל זײַן דער, װאָס מיט די בלאָנדע האָר. דער ארבעטער דײַנער... װי ער האָט גע- טײַנעט, אז מע דארף זײַן גליקלעך, װאָס קאָראָלענקאָ... ער מיינט, מיסטאמע, דעם שרייבער..
-- דאָס האָסטו אויך געהערט, מאמע?
-- װאָס זשע, איך האָב קיין אויערן ניט?
-- װאָס האָסטו אזוינס געהערט?.. --- שמייכלט דער זון גוטמוטיק.
-- אז איר זײַט גליקלעך, װאָס קאָראָלענקאָ האָט אָפּגעדרוקט א פּראָקלאמאציע צו אלע
60
רוסישע מענטשן וועגן דעם, אז די ייִדן זײַנען אומשולדיק.. און אלע פּעטערבורגער בלעטער האָבן אויך אָפּגעדרוקט די דאָזיקע פּראָקלאמאציע...
-- ניט נאָר די פּעטערבורגער בלעטער, נאָר אויך די מאָסקװער, קיעווער, אָדעסער, כאר- קאָװוער... אין גאנץ רוסלאנד האָט מען דאָס אָפּגעדרוקט.
אין פארשיידענע קרײיזן פון דער רוסלענדישער געזעלשאפט האָט מען אף פארשיידענע אויפאנים אופגענומען דעם אופרוף. נאטירלעך, אז די פורישקעוויטשעס מיט די גאָלוביאָװס האָבן געװאָלט צונישט מאכן די באדײַטונג פון אָט דעם דאָקומענט, װאָס האָט גערופן אלע אָרנטלעכע מענטשן צו פארשטעמפלען דעם אלילאס-דאם. אָט די שווארצע קויכעס האָבן אין זייערע בלעטער, װי ,רוסקאָיע זנאמיא", ,נאָװאָיע וורעמיא", ,זעמשטשינא", ,דווּגלאװוי אָריאָל", און אנדערע אױסגעגאָסן זייער צאָרן אפן קאָפּ פון וולאדימיר קאָראָלענקאָ, געװאָלט פארפלעקן דאָס געוויסן פונעם רוסישן פאָלק, װעמעס וילן דער שרײַבער האָט אויסגעדריקט. און ער, קאָראָלענקאָ, איז רויִק געזעסן אין פּאָלטאװע און פאָרגעזעצט שרײַבן זײַנע דערציילונגען וועלכע זײײַנען, װי גוטע בסורעס, זיך צעגאנגען איבער אלע ווינקעלעך פונעם גרויסן לאנד און געװועקט די הערלעכסטע געפילן. ער איז ארויסגעפאָרן קיין פעטערבורג און, אלס רעדאקטאָר פונעם זשורנאל ,רוסקאָיע באָגאטסטװאָ", געטאָן זײַן זאך, געבראכט אין הייכל פון ליטעראטור אלץ נײַע און נייע קויכעס, זי זאָלן מיט זייערע טאלאנטן װעקן הויכע געדאנקען און גוטע געפילן באם אָרנטלעכן רוסישן און ניט-רוסישן פאָלקסמענטשן.
א באשטראלטער מיט דער שײַן פונעם אופרוף צו דער רוסישער געזעלשאפט, איז פּעטראָ קאָסטענקאָ געקומען צו זײַנע כאוויירים, וועלכע האָבן זיך צונויפגעזאמלט אין ,קלוב פון בא- אמטע אין די קאָנטאָרן און אינדוסטריעלע אונטערנעמונגען". אהער האָט מען אויך אײַנגעלאדן די צוויי ארבעטער -- סעריאָזשען און ניקאָלײַען וועלכע זײַנען אנומלטן געזעסן אף די קלעצער אין זאװאָד-הויף און געצווייפלט, צי ס'אין עמעס דאָס, װאָס דער סטודענט גאָלוביאָו האָט געפּרעפּלט וועגן האס צו די אזויגערופענע ,אינאָראָדצעס". אהער אין קלוב איז געקומען אויך דער ארבעטער פיאָדאָר גוסיעוו, וועלכער איז שוין צוליב זײַן עלטער װייניקער אקטיוו אין דער רעװאָליוציִאָנערער באוועגונג,
איצט האָט גוסיעוו דער ערשטער גענומען דערציילן, ויאזוי ער האָט פריִער מיט א צענדליק יאָר געהאט דאָס גליק צו באגעגענען מאקסים גאָרקין אין איינעם א דאָרף פון פּאָלטאװער גו" בערניע און וי גאָרקי האָט דערציילט וועגן וולאדימיר קאָראָלענקאָן.
-- וועמען זשע געדענקסטו בעסער, פיאָדאָר, --- וויצלט זיך סעריאָזשע, -- גאָרקין צי קאָראָלענקאָן?
גוסיעוו האָט קרום א קוק געטאָן אף דעם באָכער. אופגעהויבן זיך פונעם אָרט, האָט ער אָנגענומען אים פאר די אקסלען און בייזלעך געזאָגט:
-- הער נאָר אויס, דאָס האָסטו דעמלט אף די קלעצער אגיטירט פאר גאָלוביאָװן?
-- איך, פיאָדאָר אלעקסייעוויטש, -- האָט סעריאָזשע געענטפערט מיט אזא מילדער האכ- נאָעדיקײײַט און אומגעריכטער צוגעלאָזנקײַט, אז דערפון איז באם אלטן אָפּגעגאנגען דער קאס,
-- דארפסט פארשטיין, אז אויב דו װוילסט זײַן א מענטש צװישן מענטשן, טאָר מען אזוי בייז ניט ריידן.
-- זײַט ניט בארויגעז, איך האָב קיינמאָל ניט געהערט וועגן קאָראָלענקאָן און גאָרקין.
-- שרייבער. רוסישע שרייבער. און ביידע דערציילן וועגן אונדזערע ברידער, וועגן פּויע* רים און פּראָסטע מענטשן.
-- און א שרייבער, -- כאפּט אונטער קאָסטענקאָ, -- איז װוי אן אָנגעצױגענע סטרונע אף א גוטן פידל. מיר דארפן זיך צוהערן צו די קלאנגען, וועלכע די דאָזיקע סטרונעס גיבן ארויס..,
-- אהא! און גאָלוביאָוו, הייסט עס, גיט ארויס פאלשע קלאנגען, פיאָדאָר אלעקסייע" וויטש? -- מישט זיך ארײַן ניקאָלײַ, סעריאָזשעס שטענדיקער כאווער.
-- ניין! --- ווערט גוסיעוו אופגערעגט. -- גאָלוביאָוו איז קיין שרײַבער ניט, נאָר ער פאר- שפּרייט פאלשע קלאנגען.
--- און דאָס, װאָס ער שרייבט אין זײַן בלעטל? -- פרעגט סעריאָזשע.
-- ס'איז ניט קיין שרייבעכץ, ס'איז מייקעכץ פון א כוליגאן, -- ווערט גוסיעוו נאָך מער אופגערעגט.
--- ווארט צו, פיאָדאָר אלעקסייעוויטש! -- צעשמייכלט זיך קאָסטענקאַ. -- גאָלוביאָװו מיט זײַן בלעטל דערמאָנען מיר אן איבערגעשראָקענע שפּין. איר האָט אמאָל געזען װי א שפּין פּלאָנטערט? זי לאָזט ארויס פונעם מויל איר שפּינװעבס, פלעכט אויס א נעץ, און אליין אנטלויפט
61
זי אין סאמע עק, ווארטנדיק, ביז עס קומט צו פליִען א פליג און פארטשעפּעט זיך אין שפּינוועבס. דעמלט אײַלט אהין די שפּין, װאָס האָט זיך פארטײַעט אין א זײַט, און ווארפט זיך ארוף אף איר קאָרבן. איר האָט פארשטאנען?
קיינער האָט ניט געענטפערט.
--- װאָס שװײַגט איר? איר האָט מיך ניט פארשטאנען? -- פרעגט קאָסטענקאָ.
--- פארשטאנען... -- זאָגט סעריאָזשע אומצופרידן. -- קומט אויס, אז איך מיט ניקאָלײַען זײַנען די פליגן...
א צופרידענער שמייכל האָט באלויכטן קאָסטענקאָס פּאָנעם.
-- און דײַן גאָלוביאָוו איז די שפּין. פּראָסט און פּאָשעט! -- האָט אף א קאָל זיך צעלאכט גוסיעוו.
--- זייער גוט, --- האָט אויסגערופן פּעטראָ, -- בעסער קאָן ניט זײַן.
-- און קאָראָלענקאָ? און גאָרקי װאָס? -- פרעגן אײנצײַטיק סעריאָזשע און ניקאָלײַ.
-- לאָז מיך, פּעטראָ, זאָגן, --- און גוסיעוו נעמט פּאמעלעך אופקלערן: -- זיי, די שרײַבער, זײַנען װי טראנסמיסיעס אף א מאשין. איר האָט געזען, װי א טראנסמיסיע טרײַבט די מאשין? די שרייַבער גיבן איבער זייערע געדאנקען אונדז, די ארבעטס-מענטשן, און מיר װוערן דערפון שענער, בעסער און קליגער. כ'האָב ריכטיק דערקלערט, פּעטראָ? -- דער אלטער האָט זיך אויסגעגלײַכט, וי ער װאָלט דערפילט זיך העכער, שענער און שטארקער.
--- און װאָס איז דאָס פאר אן אופרוף?
-- דעם אופרוף, -- זאָגט קאָסטענקאָ, -- האָט קאָראָלענקאָ אָנגעשריבן. ער האָט אופגע- קלערט די שעדלעכקײַט, װאָס עס ברענגען די פּורישקעוויטשעס און די קיִעװער גאַלוביאָווס..
אומגעריכט האָט סעריאָזשע זיך אופגעהויבן און איז צוגעלאָפן צו דער טיר, אופגעעפנט זי אף א רעגע, ארויסגעקוקט און מיט א דערשראָקן פּאָנעם צוגעלאָפן צו קאָסטענקאָן:
--- פּעטראָ, דאָרט שטייט א פאראאָן...
קאָסטענקאָ איז בלאס געװאָרן.
--- איינער?
-- איך ווייס ניט.
-- ווארט... --- קאָסטענקאָ טוט א װוּנק צו טימקע װײַס, ער זאָל ארויסגיין א קוק טאָן. טיפער אָנגערוקט דאָס היטל איבערן שטערן, איז טימקע אראָפּ אפן ערשטן שטאָק. אין עטלעכע מינוט ארום איז ער געקומען צוריק.
--- צוויי פאראאָנען... -- האָט ער אויסגעעטעמט. -- איינער אין אן אוניפאָרם און דער צווייטער -- אין א ברוינער פּאלטאָ.
-- כאוויירים, -- הייבט אוף קאָסטענקאָ די האנט, -- מיר קלײַבן פאנאנדער דעם שריי- בער קאָראָלענקאָס דערציילונג ,אפן טײַך". שטילער!
-- איך וויל ניט הערן קאָראָלענקאָס געשיכטע, -- זאָגט ניקאָלײַ.
גוסיעוו האָט מיט אָנגעכמורעטע ברעמען א קוק געטאָן אף אים.
-- איז זיץ און שװײַג, האלט זיך װי א מענטש.
סעריאָזשע האָט העפטיק א צי געטאָן ניקאָלײַען פארן ארבל און גאנץ ענערגיש געזאָגט:
-- פארשעם מיך ניט, קיריוכא, אניט װעט מען מיינען, מיר זײַנען פּאדלעס...
-- זאָל מען מיינען... -- טוט ניקאָלײַ א צוק מיט דער האנט. --- מיך ארט עס ניט.
-- און מיך ארט! -- צינדט זיך אָן סעריאָזשע. --- מיר זײַנען אויך אזעלכע פּראָלעטאריער, וי ער, -- װײַזט סעריאָזשע אָן אף טימקען, -- און װי ער... -- טיטשעט ער מיטן פינגער אף קאָסטענקאָן.
ניקאָלײַ איז אין קאס געװאָרן, זיך א ריס געטאָן פונעם אָרט און איז ארויס פון קלוב.
-- לייגט ניט קיין אכט אף אים, ער איז א װוילער יאט.. -- סעריאָזשע קוקט פארשעמט אף די בײַװעזנדיקע. -- קיין שלעכטס װעט ער קיינעם ניט טאָן, איך קען אים גוט.
אף דער שװועל באװוײַזט זיך א גאָראָדאָװאָי אין דער באגלייטונג פון א פילער.
-- מע לייענט געשמאק, -- טוט א װוּנק דער גאָראָדאָװאָי צום פילער. -- װאָס לייענט מען? -- דורכגייענדיק װויליונגעריש איבערן צימער, האָט ער זיך אָנגעבויגן צו קאָסטענקאָן און גענומען דאָס ביכל בא אים פון דער האנט, גוט זיך אײַנגעקוקט און אף א קאָל דורכגע- לייענט: -- אוולאדימיר קאָראָלענקאָ". טשיקאווע מײַסעס? -- פרעגט ער מיט א שמייכעלע.
-- יאָ, =- ענטפערט מען אים, -- זעצט זיך צו, װעט איר אויך הערן א גוט װאָרט.
-- איך בין שוין א געלערנטער, -- שמייכלט דער גאָראָדאָװאָי, --- און דו דארפסט עס האָבן....--- װײַזט ער אף סעריאָזשען. -- דײַן פּאָר איז אוועק, און דו ביסט דאָ געבליבן.
-- יאָ, איער װוילגעבורט, איך בין געבליבן. מיר איז אינטערעסאנט צו הערן.
62 אי
יצ
-- דיר איז אינטערעסאנט, אוּווא! נו, לייענט. װאָס זײַט איר שטיל געבליבן? ווער איז דער
דעקלאמאטאָר? -- איך, --- האָט זיך אָנגערופן פיאָדאָר גוסיעוו. --- דו?. -- סטארטשעט אויס די אויגן דער גאָראָדאָװאָי. --- ביסט שוין צו אלט דערוף.
-- יונג, אײַער װוילגעבורט, פאר דעם בין איך נאָך יונג! --- וויצלט זיך גוסיעוו.
-- דו האָסט שוין דײַנס אָפּגעדעקלאמירט.. -- ער טוט כיטרע א װוּנק: -- איך געדענק דיך שוין לאנגע יאָרן.
-- א גוטער זיקאָרן בא אײַך.
-- אוואדע א גוטער, פיאָדאָר גוסיעוו.
-- זיצט, אײַער װוילגעבורט, -- דערהערט זיך סעריאָזשעס קאָל.
-- זע נאָר, אז דיך זאָל מען ניט אוועקזעצן...
סעריאָזשע האָט נגעענטער זיך צוגערוקט צו קאָסטענקאָן. דער פילער דרייט זיך איבערן צימער, קוקט איטלעכן ארײַן אין די אויגן. ווען ער איז צוגעקומען צו טימקע װײַס, האָט ער גוט זיך אײַנגעקוקט אין זײַן פּאָנעם, דערנאָך זיך אויסגעקערעוועט צום גאָראָדאָװאָי און געזאָגט:
-- דאָס איז ער... אָט דער שווארצינקער...
ס'איז שטיל געװאָרן. דער גאָראָדאָװואָי איז צוגעגאנגען נעענטער צו טימקען.
-- קום מיט אונדז! -- האָט ער א װאָרף געטאָן.
--- איך על אין ערגעץ ניט גיין.
-- טו זיך אִז
טימקע דרייט מיטן קאָפּ אף ניין: ער װעט ניט גיין.
קאָסטענקאָ, פיאָדאָר און נאָך אייניקע האָבן ארומגערינגלט טימקען.
-- פארװאָס װוילט איר אים נעמען, אײַער װוילגעבורט? -- האָט געפרעגט א באָכערל מיט אן איידל, קימאט מיידלש פּאָנעם.
-- ניט דײַן זאך...
אומגעריכט האָט טימקע האסטיק זיך א ריס געטאָן פון אָרט, איז אין איין קעהערעף-אין צוגעלאָפן צו דער טיר און ניט געבליבן. :
דער גאָראָדאָװאָי מיטן פילער האָבן פארװוּנדערט זיך איבערגעקוקט. באם פילער האָבן פון קאס זיך אָנגעבלאָזן די באקן, ער האָט אזש א פײַף געטאָן --- פיו-ו-ו!
עמעצער האָט זיך צעלאכט.
בא מיכײַלאָ קאַציובינסקי
אין רעדאקציע פון , קיעווסקאיא מיסל" האָט מען אין דעם װינטערדיקן זאווערוכע-טאָג ווידער א לויב געטאָן איסײַ כאָדאָשעװן פאר זײַן ענערגיע און געטריישאפט די אינטערעסן פון דער צײַטונג און אירע לייענער.
וי נאָר כאָדאָשעװ האָט זיך דערװוּסט, אז קיין קיעוו איז געקומען דער אוקראינישער שריי- בער מיכאיל מיכײילאָװיטש קאָציובינסקי, איז אים גלײַך איַנגעפאלן, אז ער װעט אויך זיכער זיך אונטערשרייבן אונטער קאָראָלענקאָס אופרוף.
די צײַטונג , קיעווליאנין" האָט מיטגעטיילט, אז קאָציובינסקי, װאָס איז געקומען פון טשער- ניגאָוו, האָט זיך אָפּגעשטעלט אין האָטעל ,ראָסיִיא". כאָדאָשעװ האָט געװוּסט, אז דער שרײיַבער פילט זיך די לעצטע צײַט שלעכט אין געזונט. דאָך האָט ער זיך ניט אָפּגעזאָגט פונעם געדאנק זיך באגעגענען מיט אים.
קאָציובינסקי פלעגט געוויינלעך ארבעטן באם שרײַבטיש אין די אינדערפריעדיקע שאֶָען נאָר יענעם פרימאָרגן האָט ער אפילע זיך ניט געקליבן זעצן צום טיש. ער האָט געווארט אפן פּראָפּעסאָר סטראזשעסקאָ, וועלכער האָט צוגעזאָגט צונויפירן אים מיטן פּראָפּעסאָר אָבראזצאָוו. אָט די ביידע מעדיקער האָבן גוט דערלערנט קאָציובינסקיס קרענק.
מע האָט אָנגעקלאפּט אין דער טיר. ס'איז אריינגעקומען כאָדאָשעװו.
אין דער מינוט האָט דער ווינט אופגעעפנט די פאָרטקע.
-- זײַט אזוי גוט, יונגערמאן, און מאכט צו די פאָרטקע, --- האָט א זאָג געטאָן קאָציובינסקי און ארופגעצויגן אף די אקסלען דעם געקעסטלטן פּלעד, װאָס איז געלעגן אפן אָנלען פון זײַן בענקל.
דער זשורנאליסט האָט צוגעשטעלט דאָס בענקל צום פענצטער און צוגעמאכט די פאָרטקע.
-- איך בין א ביסל פארקילט פונעם וועג, -- פארענטפערט זיך מיכאיל מיכײַלאָװיטש און קוטעט זיך אין פּלעד.
4
--- אף קאפּרי איז איצט געוויס ווארעמער, --- האָט כאָדאָשעװו א שמייכל געטאָן.
-- יאָ, איך קלײַב זיך אינגיכן ווידער אהין, דאָרטן איז גאָרקי, און לעבן אים איז שטענדיק ווארעם, -- האָט ערנסט געענטפערט קאָציובינסקי. --- נאָר שטעלט אײַך פאָר, אז אפילע דאָרטן קומט אויך אמאָל צוניץ דער פּלעד, מיר האָט אים געשענקט טאקע אלעקסיי מאקסימאָוויטש. זיצט, מײַן הער.
כאָדאָשעװו האָט גענומען אין האנט די פרישע צײַטונג ,קיִעווסקאיא מיסל", װאָס איז גע- לעגן אפן טיש, און זיך פאָרגעשטעלט:
-- איך ארבעט אין רעדאקציע פון אָט דער צײַטונג.
-- זייער ווויל. איך בין א שטענדיקער לייענער אירער. אנטשולדיקט, וי רופט מען אײַך?
-- מײַן פאמיליע איז כאָדאָשעו, מיך קענט איר ניט. איסײַ דאװידאָװויטש רופט מען מיך. מעגלעך, צו פרי געקומען...
-- פארװאָס רעדט איר אזוי אָפּגעריסן, איסײַ דאװידאָוויטש? איך בין דאָך ניט קיין מי- ניסטער אָדער עפּעס א טשינאָװוניק. איך בין א ליטעראטאָר און דערצו ניט פון פּעטערבורג, אפילע ניט פון מאָסקװע, נאָר פון טשערניגאָוו, פון דער טיפער פּראָווינץ.
-- און איך בין פון א פּראָװינציַעלער צײַטונג...
קאָציובינסקי האָט אראָפּגעװאָרפן פון די אקסלען דעם פלעד און, וי ער זאָל האָבן אין עפּעס זיך דערמאָנט, מיט א ווייכער באוועגונג פון דער האנט א גלעט געטאָן דעם נאקעטן שארבן
--- א פּראָװינציעלע צײַטונג, זאָגט איר... און איך געדענק, אז אין אײַער רעדאקציע אר- בעטן װאָיטאָלאָווסקי און יאבלאָנאָוװסקי...
-- אנטשולדיקט, מיכאיֵל מיכײַלאָװיטש, װאָס איך שלאָג אײַך איבער. אין אונדזער רע- דאקציע ארבעט אויך בראזול-ברושקאָווסקי... ער פארנעמט זיך פריוואט מיט פאָרשן דעם איניען וועגן דעם מאָרד איבער יושטשינסקין און האלט באם דערװײַזן, אז דערמאָרדעט דאָס ייַנגל האָט ניט מענדל בייליס, נאָר א באנדע גאנאָווים בא דער טשינאָווניצע ערע טשעבעריאק אין שטוב.
-- דערציילט, דערציילט, ס'איז טשיקאווע. עפּעס איז געווען וועגן דעם אין דער פּרעסע, אָבער איך וויל וויסן גענויער. װער איז דער בראזול-ברושקאָווסקי?
-- איך ווייס ניט, צי א רוס, צי אן אוקראינער... --- הייבט אָן כאָדאָשעװו.
-- ניט וויכטיק, אבי אן אָרנטלעכער מענטש.
און דער זשורנאליסט האָט דערציילט קאָציובינסקין דאָס, װאָס ער אליין האָט זיך דערװוּסט בא בראזול-ברושקאָווסקין, און אויך װועגן דעם, אז ער איז ניט איין מאָל געווען מיט בראזולן באם פּריסטאוו קראסאָווסקי. ער האָט מיט איינצלהײַטן אויסגעמאָלט די מאלינע אף לוקיאנאָווקע.
קאָציובינסקי האָט מיט אינטערעס אויסגעהערט די גאנצע געשיכטע און צום סאָף א זאָג געטאָן:
-- איז װאָס האָט אײַך געבראכט צו מיר אין אזא זאווערוכע?
ער האָט זיך אופגעהויבן פון אָרט, געשטאנען א מינוט באם פענצטער און געקוקט אפן שיטנדיקן שניי.
-- װאָס מיך האָט געבראכט צו אײַך?.. איר, מיכאיל מיכײַלאָװיטש, האָט געוויס געלייענט אין ;רוסקאָיע באָגאטסטװאָ" און אין אנדערע ליבעראלע אויסגאבעס דעם אופרוף צו דער רוסי- שער געזעלשאפט וועגן דעם בילבל...
-- איך ווייס, איך ווייס וועגן דעם, -- שלאָגט איבער קאָציובינסקי, --- איך האָב געלייענט. פארשטייט זיך, אז איך פארייניק זיך צו דעם אופרוף און װעל גערן געבן מײַן כסימע. .
קאָציובינסקי פארקלערט זיך אף א װײַלע און זעצט פאָר;
-- איך װאָלט א באלן געווען, מע זאָל זיך ווענדן אויך צו דער אוקראינישער געזעלשאפט- לעכקײַט. איר פארשטייט, דער איניען קומט פאָר אין קיִעוו, אין אוקראינע, אָבער אין טאָך בײַט זיך דאָ, אייגנטלעך, גאָרניט.
כאָדאָשעװו האָט זיך ארײַנגעטראכט אין שרייבערס ווערטער:
-- איך פארשטיי, װאָס איר מיינט, מיכאיל מיכײַלאָװיטש. דרײַסיק מיליאָן אוקראינער -- און מע רעכנט זיי אויך פאר ,, אינאָראָדצעס*, וי אונדז.
-- וי אײַך? -- קאָציובינסקי האָט אופגעהויבן זײַנע גוטע, אופמערקזאמע אויגן.
-- יאָ, וי אונדז, ייַדן...
-- אך, יאָ.. -- טוט דער שרײַבער א שמייכל. -- פארשטאנען, פארשטאנען. איר דארפט וויסן, אז ניט בלויז איך װעל זיך פארייניקן צום אופרוף, נאָר אויך אזעלכע בינע-קינסטלער אונדזערע, װי מאריא קאָנסטאנטינאָוונא זאנקאָוועצקאיא, מיקאָלא קארפּאָװיטש סאדאָווסקי, טאָ בילעוויטש און זייערע כאוויירים,
4--6 64
-- ס'א געדאנק! -- טוט זיך א קלאפּ אין שטערן כאָדאָשעװ. --- װוּ, אשטייגער, שפּילט זייער טרופּע הײַנטיקן טאָג?
-- וועדליק מיר איז באװוּסט, גאסטראָלירן זיי איצט אין פּעטערבורג, די גאנצע טרופּע זייערע.
-- אין פּעטערבורג?.. --- זאָגט וי צו זיך אליין דער זשורנאליסט. -- א ביסל װײַט פון אונדז.
-- ווען איך בין אף איער אָרט און אין אײַערע יאָרן, װאָלט דאָס מיך ניט אָפּגעשטעלט. פּעטערבורג איז װײַט? מיטן צוג זײַט איר פאר צוויי מעסלעס אין פּיטער, און... פארגעסט ניט, אז ס'איז זאנקאָווצצקאיא! מעגלעך, אז זי איז פארטראָגן מיט אירע טעאטער-איניאָנים און ווייסט אפילע ניט פון אָט דעם בילבל. -- ער איז צוגעגאנגען צום זשורנאליסט, פרײַנטלעך אים ארופגעלייגט די האנט אפן אקסל און צוגעגעבן: -- פאָלגט מיך, פאָרט אראָפּ צו אונדזער זאנקאָוועצקאיא. זי װועט זײַן זייער א װאָס מע האָט אין איר ניט פארגעסן. און עפשער האָט זי שוין אויסגעפילט איר בירגער-כויוו?.. מעגלעך, איך ווייס ניט.
דעם זעלבן אָװונט איז כאָדאָשעװו אָפּגעפאָרן קיין